Page 97 - Yekhezkel
P. 97

‫יחזקאל‬

‫שטאַרבן מוזטו שטאַרבן‪ ,‬און ער קערט זיך אום פֿון ז ַײנע זינד‪ ,‬און‬
‫טוט רעכט און גערעכטיקײט; ‪ 15‬אַז דעם משכּון קערט דער‬
‫שלעכטער אום‪ ,‬די גזלה באַצאָלט ער‪ ,‬אין די געזעצן פֿון לעבן גײט‬
‫ער‪ ,‬ניט צו טאָן קײן אומרעכט – װעט ער געװיס לעבן‪ ,‬ער װעט ניט‬
‫שטאַרבן‪ 16 .‬אַלע ז ַײנע זינד װאָס ער האָט געזינדיקט‪ ,‬װעלן אים ניט‬
‫דערמאָנט װערן; רעכט און גערעכטיקײט טוט ער‪ ,‬לעבן װעט ער‬
‫לעבן‪ 17 .‬און די קינדער פֿון ד ַײן פֿאָלק זאָגן‪ :‬ניט ריכטיק איז דער‬
‫װעג פֿון גאָט‪ ,‬װען זײער אײגענער װעג איז ניט ריכטיק‪ 18 .‬אַז דער‬
‫גערעכטער קערט זיך אָפּ פֿון ז ַײן גערעכטיקײט‪ ,‬און טוט אומרעכט‪,‬‬
‫מוז ער שטאַרבן דערפֿאַר‪ 19 .‬און אַז דער שלעכטער קערט זיך אָפּ‬
‫פֿון ז ַײן שלעכטיקײט‪ ,‬און טוט רעכט און גערעכטיקײט‪ ,‬װעט ער‬
‫דערפֿאַר לעבן‪ 20 .‬און איר זאָגט‪ :‬ניט ריכטיק איז דער װעג פֿון גאָט;‬

          ‫איטלעכן לױט ז ַײנע װעגן משפּט איך א ַײך‪ ,‬הױז פֿון ישׂראל‪.‬‬

‫‪ 21‬און עס איז געװען אין צװעלפֿטן יאָר פֿון אונדזער גלות‪ ,‬אין‬
‫צענטן חודש‪ ,‬איז געקומען צו מיר אַן אַנטרונענער פֿון ירושלים‪,‬‬
‫אַזױ צו זאָגן‪ :‬די שטאָט איז געשלאָגן געװאָרן‪ 22 .‬און די האַנט פֿון‬
‫גאָט איז געװען אױף מיר אין אָװנט אײדער דער אַנטרונענער איז‬
‫אָנגעקומען; און ער האָט געעפֿנט מ ַײן מױל אײדער ער איז‬
‫אָנגעקומען צו מיר אין דער פֿרי; און מ ַײן מױל איז געבליבן אָפֿן‪ ,‬און‬

                                        ‫איך בין מער ניט שטום געװען‪.‬‬

         ‫‪ 23‬און דאָס װאָרט פֿון גאָט איז געװען צו מיר‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪:‬‬

                ‫‪ 24‬מענטשנקינד‪ ,‬די װאָס זיצן אין די דאָזיקע חורבֿות‬
                        ‫אױף דער ערד פֿון ישׂראל‪ ,‬זאָגן‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪:‬‬
                                            ‫אײנער איז געװען אבֿרהם‪,‬‬
                                     ‫און ער האָט געאַרבט דאָס לאַנד‪,‬‬
                                                    ‫און מיר ז ַײנען פֿיל‪,‬‬

         ‫איז אונדז דאָס לאַנד אװדאי געגעבן געװאָרן פֿאַר אַ ירושה‪.‬‬
                ‫‪ 25‬דרום זאָג צו זײ‪ :‬אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר‪:‬‬
                                                  ‫מיטן בלוט עסט איר‪,‬‬

              ‫און א ַײערע אױגן הײבט איר אױף צו א ַײערע אָפּגעטער‪,‬‬
                                               ‫און בלוט פֿאַרגיסט איר‪,‬‬

                                     ‫און דאָס לאַנד װילט איר ַירשען?‬
                          ‫‪ 26‬איר ז ַײט געשטאַנען אױף א ַײער שװערד‪,‬‬
   92   93   94   95   96   97   98   99   100   101   102