Page 108 - Yekhezkel
P. 108
יחזקאל
װאָס איך האָב געגעבן א ַײערע עלטערן,
און איר װעט מיר ז ַײן צום פֿאָלק,
און איך װעל א ַײך ז ַײן צום גאָט.
29און איך װעל א ַײך העלפֿן פֿון אַלע א ַײערע אומרײנקײטן,
און איך װעל רופֿן צו דער תּבֿואה ,און װעל זי מערן,
און װעל ניט געבן אױף א ַײך קײן הונגער.
30און איך װעל מערן די פֿרוכט פֿון בױם,
און די װאַקסונג פֿון פֿעלד,
כּדי איר זאָלט מער ניט אױסשטײן
די חרפּה פֿון הונגער צװישן די פֿעלקער.
31און איר װעט זיך דערמאָנען א ַײערע שלעכטע װעגן,
און א ַײערע מעשׂים װאָס ז ַײנען ניט גוט געװען,
און איר װעט זיך עקלען פֿאַר זיך אַלײן
איבער א ַײערע זינד און איבער א ַײערע אומװערדיקײטן.
32ניט פֿון א ַײערט װעגן טו איך ,זאָגט גאָט דער האַר;
זאָל דאָס באַװוּסט ז ַײן צו א ַײך;
ז ַײט אין בושה און שעמט א ַײך פֿאַר א ַײערע װעגן,
איר הױז פֿון ישׂראל.
33אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר:
אין דעם טאָג װאָס איך רײניק א ַײך פֿון אַלע א ַײערע זינד,
װעל איך באַזעצן די שטעט,
און די חורבֿות װעלן אָפּגעבױט װערן.
34און דאָס פֿאַרװיסטע לאַנד װעט באַאַרבעט װערן,
אָנשטאָט װאָס עס איז געװען אַ װיסטעניש
פֿאַר די אױגן פֿון איטלעכן דורכגײער.
35און מע װעט זאָגן:
דאָס דאָזיקע לאַנד דאָס פֿאַרװיסטע
איז געװאָרן װי דער גאָרטן פֿון עדן,
און די שטעט די חרבֿע און פֿאַרװיסטע און צעשטערטע
ז ַײנען באַפֿעסטיקטע באַזעצט.
36און װיסן װעלן די פֿעלקער
װאָס װעלן איבערבל ַײבן רונד אַרום א ַײך,
אַז איך יהוה האָב אָפּגעבױט די צעשטערטע ערטער,
האָב באַפֿלאַנצט דאָס פֿאַרװיסטע;
איך יהוה האָב גערעדט און װעל טאָן.