Page 120 - Yekhezkel
P. 120
יחזקאל
אינעװײניק 10 .און די אַלקערס פֿון דעם טױער צו מזרח ז ַײנען
געװען דר ַײ פֿון דער ז ַײט ,און דר ַײ פֿון דער אַנדער ז ַײט; אײן מאָס
פֿאַר זײ דר ַײען ,און אײן מאָס פֿאַר די טירז ַײלן פֿון דער ז ַײט און פֿון
דער אַנדער ז ַײט 11 .און ער האָט אָפּגעמאָסטן די ברײט פֿון דעם
טױערא ַײנגאַנג ,צען אײלן; די לענג פֿון טױער ,דר ַײצן אײלן 12 .און
אַן אַרומצאַם איז געװען פֿאַר די אַלקערס ,אײן אײל פֿון דער ז ַײט ,
און אײן אײל אַרומצאַם פֿון דער אַנדער ז ַײט; און די אַלקערס ז ַײנען
געװען זעקס אײלן פֿון דער ז ַײט ,און זעקס אײלן פֿון דער אַנדער
ז ַײט 13 .און ער האָט אָפּגעמאָסטן דעם טױער ,פֿון דעם דאַך פֿון אײן
אַלקער צו דעם אַנטקעגנדיקן דאַך ,פֿינף און צװאַנציק אײלן די
ברײט; אַן עפֿענונג קעגן אַן עפֿענונג 14 .און ער האָט געמאַכט די
טירז ַײלן זעכציק אײלן ,ביז אױף די טירז ַײלן פֿון הױף אין די טױערן
רונד אַרום 15 .און פֿון דער פֿאָדערז ַײט פֿון דעם א ַײנגאַנגטױער ביז
דער פֿאָדערז ַײט פֿון דעם אינעװײניקסטן פֿירהױז פֿון טױער איז
געװען פֿופֿציק אײלן 16 .און שמאָלע פֿענצטער ז ַײנען געװען אין די
אַלקערס ,און אין זײערע טירז ַײלן ,אינעװײניקצו צום טױער רונד
אַרום ,און אַזױ אין די געװעלבן; און פֿענצטער רונד אַרום
אינעװײניקצו; און אױף די טירז ַײלן טײטלבײמער.
17און ער האָט מיך געבראַכט אין דעם אױסנװײניקסטן הױף ,ערשט
דאָרטן ז ַײנען קאַמערן ,און אַ פֿלאַסטערונג איז געמאַכט אין הױף
רונד אַרום; דר ַײסיק קאַמערן אױף דער פֿלאַסטערונג 18 .און די
פֿלאַסטערונג איז געװען ב ַײ דער ז ַײט פֿון די טױערן אַקעגן דער לענג
פֿון די טױערן – די אונטערשטע פֿלאַסטערונג 19 .און ער האָט
אָפּגעמאָסטן די ברײט ,פֿון פֿאַר דעם אונטערשטן טױער ביז פֿאַר
דעם אינעװײניקסטן הױף פֿון אױסנװײניק ,הונדערט אײלן ,אין מזרח
און אין צפֿון.
20אױך דעם טױער פֿון דעם אױסנװײניקסטן הױף װאָס ז ַײן
פֿאָדערז ַײט איז געװען צו צפֿון ,האָט ער אױסגעמאָסטן ,ז ַײן לענג און
ז ַײן ברײט 21 .און ז ַײנע אַלקערס ז ַײנען געװען דר ַײ פֿון דער ז ַײט און
דר ַײ פֿון דער אַנדער ז ַײט; און ז ַײנע טירז ַײלן און ז ַײנע געװעלבן אַזױ
װי די מאָס פֿון דעם ערשטן טױער; פֿופֿציק אײלן ז ַײן לענג ,און די
ברײט פֿינף און צװאַנציק אײלן 22 .און ז ַײנע פֿענצטער ,און ז ַײנע
געװעלבן ,און ז ַײנע טײטלבײמער ,אַזױ װי די מאָס פֿון דעם טױער
װאָס ז ַײן פֿאָדערז ַײט איז געװען צו מזרח; און אױף זיבן טרעפּ איז