Page 91 - Yekhezkel
P. 91
יחזקאל
און פֿאַרהאַלטן געװאָרן ז ַײנען די גרױסע װאַסערן;
און איך האָב געמאַכט פֿינצטער װעגן אים דעם לבֿנון,
און אַלע בײמער פֿון פֿעלד האָבן געחלשט װעגן אים.
16מיט דעם הילך פֿון ז ַײן פֿאַלן
האָב איך אױפֿגעשטורעמט די פֿעלקער,
װען איך האָב אים געמאַכט נידערן אין אונטערערד
מיט די גענידערטע אין גרוב.
און זיך געטרײסט אין דער אונטערשטער ערד
האָבן אַלע בײמער פֿון עדן,
די געקליבנסטע און בעסטע פֿון לבֿנון,
אַלע אָנגעטרונקענע מיט װאַסער.
17זײ אױך האָבן מיט אים גענידערט אין אונטערערד,
צו די דערשלאָגענע פֿון שװערד –
די װאָס ז ַײנען ז ַײן אָרעם געװען,
װאָס ז ַײנען געזעסן אין ז ַײן שאָטן צװישן די פֿעלקער.
18צו װעמען אַזױנס גל ַײכסטו זיך אין כּבֿוד און אין גרױסקײט
צװישן די בײמער פֿון עדן?
אָבער װעסט גענידערט װערן מיט די בײמער פֿון עדן
אין דער אונטערשטער ערד;
צװישן אומבאַשניטענע װעסטו ליגן,
מיט דערשלאָגענע פֿון שװערד;
ער ,פּרעה ,און ז ַײן גאַנצער המון,
זאָגט גאָט דער האַר.
1און עס איז געװען אין צװעלפֿטן יאָר ,אין צװעלפֿטן חודש,
אין ערשטן טאָג פֿון חודש ,איז געװען דאָס װאָרט פֿון גאָטלב
צו מיר ,אַזױ צו זאָגן:
2מענטשנקינד ,הײב אױף אַ קלאָג אױף פּרעה
דעם מלך פֿון מצ ַר ִים,
און זאָלסט זאָגן צו אים:
צו אַ יונגלײב פֿון די פֿעלקער האָסטו זיך געגליכן;
און ביסט געװען װי אַ קראָקאָדיל אין די ימען,
און האָסט זיך געפּליושקעט אין ד ַײנע ט ַײכן,