Page 87 - Yekhezkel
P. 87
יחזקאל
11ער און ז ַײן פֿאָלק מיט אים,
די פֿאָרכטיקסטע פֿון די פֿעלקער,
װערן געבראַכט אומצוברענגען דאָס לאַנד;
און זײ װעלן אַרױסצ ִיען זײערע שװערדן אױף מצ ַר ִים,
און װעלן אָנפֿילן דאָס לאַנד מיט דערשלאָגענע.
12און איך װעל מאַכן די ט ַײכן אַ טריקעניש,
און װעל איבערענטפֿערן דאָס לאַנד
אין דער האַנט פֿון שלעכטע;
און איך װעל פֿאַרװיסטן דאָס לאַנד מיט איר פֿולקײט,
דורך דער האַנט פֿון פֿרעמדע;
איך יהוה האָב גערעדט.
13אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר:
איך װעל אױך אונטערברענגען די אָפּגעטער,
און װעל פֿאַרשטערן די געצן פֿון נוֹף;
און קײן פֿירשט װעט מער ניט ז ַײן פֿון לאַנד מצ ַר ִים;
און איך װעל מאַכן אַ מורא אין לאַנד מצ ַר ִים.
14און איך װעל פֿאַרװיסטן ַפּתרוס,
און װעל מאַכן אַ פֿ ַײער אין צו ַען,
און טאָן אַ משפּט אין נוא.
15און איך װעל אױסגיסן מ ַײן גרימצאָרן אױף סין,
דער פֿעסטונג פֿון מצ ַר ִים;
און איך װעל פֿאַרשנ ַײדן דעם המון פֿון נוא.
16און איך װעל מאַכן אַ פֿ ַײער אין מצ ַר ִים;
דרײען אין װײטאָג װעט זיך דרײען סין,
און נוא װעט א ַײנגעבראָכן װערן,
און אױף נוֹף װעלן קומען פֿ ַײנט ב ַײ טאָג.
17די יונגעל ַײט פֿון אוֹן און פּיֶ -ב ֶסת װעלן דורכן שװערד פֿאַלן,
און זײ װעלן אין געפֿאַנגענשאַפֿט גײן.
18און אין ַתּח ַפּנ ֵחס װעט אױפֿהערן דער טאָג,
װען איך צעברעך דאָרטן די יאָכשטאַנגען פֿון מצ ַר ִים;
און איר שטאָלצע מאַכט װעט פֿאַרשטערט װערן אין איר;
זי אַלײן װעט אַ װאָלקן באַדעקן,
און אירע טעכטערשטעט װעלן אין געפֿאַנגענשאַפֿט גײן.
19און איך װעל טאָן אַ משפּט אין מצ ַר ִים;
און זײ װעלן װיסן אַז איך בין יהוה.