Page 84 - Yekhezkel
P. 84
יחזקאל
און זײ דעם גאַנצן אַקסל צער ַײסן;
און אַז זײ האָבן זיך אָנגעלענט אױף דיר,
פֿלעגסטו זיך צעברעכן,
און זײ די גאַנצע לענדן לײמען.
8דרום האָט גאָט דער האַר אַזױ געזאָגט:
זע ,איך ברענג אױף דיר אַ שװערד,
און װעל פֿאַרשנ ַײדן פֿון דיר מענטשן און בהמות.
9און דאָס לאַנד מצ ַר ִים װעט ז ַײן װיסט און חרובֿ,
און זײ װעלן װיסן אַז איך בין יהוה;
װ ַײל ער האָט געזאָגט :דער ט ַײך געהערט מיר,
און איך האָב אים געמאַכט.
10דרום זע ,איך קום צו דיר ,און צו ד ַײנע ט ַײכן,
און װעל מאַכן דאָס לאַנד מצ ַר ִים פֿאַר חורבֿות,
אַ חרובֿ װיסטעניש ,פֿון ִמגדול ביז סֵוֵנה,
און ביז דעם געמאַרק פֿון כּוּש.
11ניט דורכגײן װעט אַ פֿוס פֿון אַ מענטשן אין איר,
און ניט אַ פֿוס פֿון אַ בהמה װעט דורכגײן אין איר,
און זי װעט ניט ז ַײן באַװױנט פֿערציק יאָר.
12און איך װעל מאַכן דאָס לאַנד מצ ַר ִים
אַ װיסטעניש צװישן פֿאַרװיסטע לענדער,
און אירע שטעט ,צװישן חרבֿע שטעט,
װעלן ז ַײן אַ װיסטעניש פֿערציק יאָר;
און איך װעל צעשפּרײטן מצ ַר ִים צװישן די פֿעלקער,
און װעלן זײ צעװאַרפֿן אין די לענדער.
13װאָרום אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר:
צום ָסוף פֿון פֿערציק יאָר,
װעל איך א ַײנזאַמלען מצ ַר ִים
פֿון די פֿעלקער װאָס זײ ז ַײנען צעשפּרײט געװאָרן אַהין.
14און איך װעל אומקערן די געפֿאַנגענשאַפֿט פֿון מצ ַר ִים,
און װעל זײ צוריקקערן קײן לאַנד ַפּתרוס,
אין דעם לאַנד פֿון זײער אָפּשטאַמונג;
און זײ װעלן דאָרטן ז ַײן אַ ָשפֿלע מלוכה.
15די ָשפֿלסטע פֿון די מלוכות װעט זי ז ַײן,
און זי װעט זיך מער ניט איבערנעמען איבער די פֿעלקער;