Page 79 - Yekhezkel
P. 79

‫יחזקאל‬

                   ‫‪ 28‬פֿון דעם װײגעשרײ פֿון ד ַײנע שיפֿפֿירער‬
                                     ‫װעלן שטורעמען די אינדן‪.‬‬

                          ‫‪ 29‬און נידערן װעלן פֿון זײערע שיפֿן‬
                                   ‫אַלע װאָס האַלטן אַ רודער;‬
                                   ‫די שיפֿל ַײט‪ ,‬אַלע שיפֿפֿירער‪,‬‬

                             ‫װעלן אױף דער ערד בל ַײבן שטײן‪.‬‬
              ‫‪ 30‬און זײ װעלן מאַכן הערן זײער ָקול װעגן דיר‪,‬‬

                                   ‫און שר ַײען װעלן זײ ביטער;‬
              ‫און זײ װעלן אַרױפֿטאָן שטױב אױף זײערע קעפּ‪,‬‬

                                  ‫אין אַש װעלן זײ זיך ק ַײקלען‪.‬‬
                        ‫‪ 31‬און מאַכן אַ פּליך װעלן זײ נאָך דיר‪,‬‬

                            ‫און אָנגורטן זאַקקלײדער װעלן זײ‪,‬‬
           ‫און װײנען װעלן זײ אױף דיר מיט אַ ביטער געמיט‪,‬‬

                                       ‫אַ קלאָגעניש אַ ביטערע‪.‬‬
‫‪ 32‬און אין זײער יאָמער װעלן זײ אױפֿהײבן אױף דיר אַ קלאָג‪,‬‬

                                  ‫און קלאָגן װעלן זײ אױף דיר‪:‬‬
                                        ‫װער איז װי צור געװען‬

                                 ‫פֿאַראַנקערט אין מיטן פֿון ים!‬
              ‫‪ 33‬װען ד ַײנע סחורות פֿלעגן פֿון די ימען אַרױס‪,‬‬

                                ‫האָסטו פֿיל פֿעלקער אָנגעזעט;‬
                             ‫מיט ד ַײן פֿיל גוטס און ד ַײן האַנדל‬
                 ‫האָסטו ר ַײך געמאַכט די מלכים פֿון דער ערד‪.‬‬
                  ‫‪ 34‬אַצונד אַז דו ביסט צעבראָכן פֿון די ימען‪,‬‬
                              ‫אין די טיפֿענישן פֿון די װאַסערן‪,‬‬
                            ‫אַז ד ַײן האַנדל און אַל ד ַײן געזעמל‬

                                    ‫ז ַײנען געפֿאַלן אין ד ַײן מיט‪,‬‬
                      ‫‪ 35‬װערן אַלע באַװױנער פֿון די אינדזלען‬

                                           ‫באַנומען איבער דיר‪,‬‬
                        ‫און זײערע מלכים שױדערן אַ שױדער;‬

                                    ‫זײער פּנים איז צערודערט‪.‬‬
                              ‫‪ 36‬די ָסוחרים צװישן די פֿעלקער‬

                                            ‫שמוצערן אױף דיר;‬
                                  ‫אַ שרעקעניש ביסטו געװאָרן‬
                                  ‫און ביסט אױף אײביק ניטאָ‪.‬‬
   74   75   76   77   78   79   80   81   82   83   84