Page 83 - Yekhezkel
P. 83

‫יחזקאל‬

                                      ‫יאָ‪ ,‬זײ װעלן זיצן אין זיכערקײט‪,‬‬
                                       ‫װען איך טו אַ משפּט אױף אַלע‬
                                 ‫װאָס פֿאַראַכטן זײ פֿון רונד אַרום זײ;‬
                        ‫און זײ װעלן װיסן אַז איך בין יהוה זײער גאָט‪.‬‬

‫‪ 1‬אין צענטן יאָר‪ ,‬אין צענטן חודש‪ ,‬אין צװעלפֿטן טאָג פֿון‬

‫חודש איז געװען דאָס װאָרט פֿון גאָט צו מיר‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪:‬כט‬

         ‫‪ 2‬מענטשנקינד‪ ,‬טו ד ַײן פּנים צו פּרעה דעם מלך פֿון מצ ַר ִים‪,‬‬
               ‫און זאָג נבֿיאות אױף אים‪ ,‬און אױף מצ ַר ִים אין גאַנצן;‬

           ‫‪ 3‬רעד‪ ,‬און זאָלסט זאָגן‪ :‬אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר‪:‬‬
                                          ‫זע‪ ,‬איך קום אױף דיר פּרעה‪,‬‬
                                                       ‫מלך פֿון מצ ַר ִים‪,‬‬
                                              ‫דער גרױסער קראָקאָדיל‪,‬‬
                                          ‫װאָס הױערט אין ז ַײנע ט ַײכן‪,‬‬

                                   ‫װאָס זאָגט‪ :‬מיר געהערט מ ַײן ט ַײך‪,‬‬
                                       ‫און איך האָב אים מיר געמאַכט‪.‬‬

                  ‫‪ 4‬און איך װעל אַר ַײנטאָן רינגען אין ד ַײנע קינבאַקן‪,‬‬
            ‫און װעל באַהעפֿטן די פֿיש פֿון ד ַײנע ט ַײכן אָן ד ַײנע שופּן;‬

                       ‫און איך װעל דיך אױפֿברענגען פֿון ד ַײנע ט ַײכן‪,‬‬
                                         ‫מיט אַלע פֿיש פֿון ד ַײנע ט ַײכן‬

                               ‫װאָס װעלן אָן ד ַײנע שופּן באַהעפֿט ז ַײן‪.‬‬
                           ‫‪ 5‬און איך װעל דיך אַװעקװאַרפֿן אין מדבר‪,‬‬

                                    ‫דיך מיט אַלע פֿיש פֿון ד ַײנע ט ַײכן;‬
                              ‫אױפֿן פֿר ַײען פֿעלד װעסטו זיך װאַלגערן‪,‬‬
               ‫ניט אױפֿגעזאַמלט און ניט אױפֿגעקליבן װעסטו װערן;‬
                   ‫צו דער חיה פֿון דער ערד‪ ,‬און צום פֿױגל פֿון הימל‪,‬‬

                                    ‫האָב איך דיך געגעבן פֿאַר אַ שפּ ַײז‪.‬‬
                          ‫‪ 6‬און אַלע באַװױנער פֿון מצ ַר ִים װעלן װיסן‬

                                                       ‫אַז איך בין יהוה;‬
                              ‫װ ַײל זײ ז ַײנען געװען אַ שטעקן פֿון ראָר‪,‬‬

                                             ‫פֿאַר דעם הױז פֿון ישׂראל‪.‬‬
                              ‫‪ 7‬אַז זײ האָבן דיך אָנגענומען אין האַנט‪,‬‬

                                              ‫פֿלעגסטו זיך צעשפּאַלטן‪,‬‬
   78   79   80   81   82   83   84   85   86   87   88