Page 78 - Yekhezkel
P. 78
יחזקאל
ְ 19ו ָדן און ָיֶון האָבן געגעבן געשפּינס פֿאַר ד ַײנע סחורות;
שמידא ַײזן ,קאַנײל ,און געװירצראָר
ז ַײנען געװען אין ד ַײן האַנדל.
20ד ָדן האָט געהאַנדלט מיט דיר
אין ט ַײערע בגדים צום ר ַײטן.
ַ 21ע ָרבֿ און אַלע פֿירשטן פֿון ֵקדר,
זײ ז ַײנען די ָסוחרים פֿון ד ַײן האַנט געװען;
אין לעמער ,און װידערס ,און בעק,
דערין ז ַײנען זײ ד ַײנע ָסוחרים געװען.
22די האַנדלסל ַײט פֿון שבֿא און ַרע ָמה,
זײ ז ַײנען ד ַײנע האַנדלסל ַײט געװען;
מיטן בעסטן פֿון אַלערלײ בשׂמים,
און מיט אַלערלײ ט ַײער געשטײן ,און גאָלד,
האָבן זײ פֿאַר ד ַײנע סחורות אָפּגעגעבן.
23חרן און ַכֵּנה און עדן ,די האַנדלסל ַײט פֿון שבֿא –
אשור איז װי ד ַײן ַתּלמיד אין האַנדל געװען.
24זײ ז ַײנען ד ַײנע האַנדלסל ַײט געװען אין פּראַכטצײגן,
אין בלאָע מאַנטלען און שטיקער ַײ,
און אין קאַסטנס מיט פֿאַרביקע טוכן,
פֿאַרבונדן מיט שטריק ,און באַפֿעסטיקט – אױף ד ַײן מאַרק.
25די שיפֿן פֿון ַתּ ְר ִשיש
האָבן דיר ד ַײן האַנדל געבראַכט.
און האָסט זיך אָנגעפֿילט ,און ביסט זײער שװער געװען,
אין האַרץ פֿון די ימען.
26אין גרױסע װאַסערן
האָבן דיך ד ַײנע רודערערס געבראַכט;
דער מזרח-װינט האָט דיך צעבראָכן
אין האַרצן פֿון די ימען.
27ד ַײן גוטס און ד ַײנע סחורות,
ד ַײן האַנדל ,ד ַײנע שיפֿל ַײט ,און ד ַײנע שיפֿפֿירער,
ד ַײנע שפּאַלטנפֿאַרריכטער,
און די הענדלער פֿון ד ַײן האַנדל,
און אַלע ד ַײנע מלחמה-ל ַײט װאָס אין דיר,
און מיט אַל ד ַײן געזעמל װאָס אין ד ַײן מיט,
װעלן אַר ַײנפֿאַלן אין האַרצן פֿון די ימען,
אין טאָג פֿון ד ַײן פֿאַלן.