Page 71 - Yekhezkel
P. 71
יחזקאל
און אױף דער ערד פֿון ישׂראל ,װאָס זי איז פֿאַרװיסט געװאָרן,
און אױף דעם הױז פֿון יהוּדה ,װאָס זײ ז ַײנען אין גלות אַװעק,
4דרום זע ,איך גיב דיך צו די קינדער פֿון מזרח פֿאַר אַ ירושה,
און זײ װעלן באַזעצן זײערע לאַגערדערפֿער אין דיר,
און מאַכן אין דיר זײערע װױנונגען;
זײ װעלן עסן ד ַײן פֿרוכט,
און זײ װעלן טרינקען ד ַײן מילך.
5און איך װעל מאַכן ַר ָבה פֿאַר אַ פֿיטערפּלאַץ פֿון קעמלען,
און די קינדער פֿון עמון פֿאַר אַ הױעראָרט פֿון שאָף;
און איר װעט װיסן אַז איך בין יהוה.
6װאָרום אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר:
װ ַײל דו האָסט געפּאַטשט מיט דער האַנט,
און געקלאַפּט מיטן פֿוס,
און זיך געפֿרײט אין אַל ד ַײן פֿאַראַכטונג פֿון דער זעל,
װעגן דער ערד פֿון ישׂראל,
7דרום זע ,איך האָב אױסגעשטרעקט מ ַײן האַנט אױף דיר,
און איך װעל דיך מאַכן צו רױב פֿאַר די פֿעלקער,
און װעל דיך פֿאַרשנ ַײדן פֿון די אומות,
און װעל דיך אונטערברענגען פֿון די לענדער;
איך װעל דיך פֿאַרטיליקן,
און װעסט װיסן אַז איך בין יהוה.
8אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר:
װ ַײל מואָבֿ און ֵשׂ ִעיר האָבן געזאָגט:
זע ,אַזױ װי אַלע פֿעלקער איז דאָס הױז פֿון יהוּדה,
9דרום זע ,איך עפֿן דעם רוקן פֿון מואָבֿ פֿון די שטעט,
פֿון ז ַײנע שטעט ב ַײ ז ַײן עק,
דאָס שײנע לאַנד בית-ישימותַ ,ב ַעל-מעון ,און ִקרָי ַתים,
10אין אײנעם מיט די קינדער פֿון עמון –
פֿאַר די קינדער פֿון מזרח,
און איך װעל עס זײ געבן פֿאַר אַ ירושה,
כּדי די קינדער פֿון עמון
זאָלן מער ניט געדאַכט װערן צװישן די פֿעלקער.
11און איך װעל טאָן אַ משפּט אױף מואָבֿ,
און זײ װעלן װיסן אַז איך בין יהוה.