Page 2 - Mishley
P. 2

‫תּורה נבֿיאים וּכתובֿים‬

     ‫תּרגום י ִידיש פֿון יהואש‬

    ‫ִמש ֵלי‬

  ‫‪ 1‬די שפּריכװערטער פֿון שלמה דעם זון פֿון ָד ִודן‪,‬‬

           ‫דעם מלך פֿון ישׂראל;א‬

                          ‫‪ 2‬כּדי צו װיסן חכמה און מוסר‪,‬‬
          ‫צו פֿאַרשטײן די װערטער פֿון פֿאַרשטאַנדיקײט;‬

                   ‫‪ 3‬צו נעמען דעם מוסר פֿון קלוגשאַפֿט‪,‬‬
                        ‫גערעכטיקײט און רעכט און יושר;‬
                           ‫‪ 4‬צו געבן די נאַרן געש ַײטקײט‪,‬‬

                      ‫דעם יונגן קענשאַפֿט און געדאַנקען;‬
                 ‫‪ 5‬דער חכם זאָל הערן און מערן לערנונג‪,‬‬
          ‫און דער פֿאַרשטאַנדיקער זאָל קריגן תּחבוּלות;‬
            ‫‪ 6‬צו פֿאַרשטײן אַ שפּריכװאָרט און אַ מליצה‪,‬‬
        ‫די װערטער פֿון די חכמים און זײערע רעטענישן‪.‬‬

        ‫‪ 7‬דער אָנהײב פֿון קענשאַפֿט איז מורא פֿאַר גאָט‪,‬‬
                ‫אָבער די נאַרן פֿאַראַכטן חכמה און מוסר‪.‬‬

           ‫‪ 8‬הער צו‪ ,‬מ ַײן זון‪ ,‬דעם מוסר פֿון ד ַײן פֿאָטער‪,‬‬
        ‫און זאָלסט ניט פֿאַרלאָזן די לער פֿון ד ַײן מוטער;‬
   ‫‪ 9‬װאָרום אַ קראַנץ פֿון חן װעלן זײ ז ַײן פֿאַר ד ַײן קאָפּ‪,‬‬

                      ‫און האַלדזבענדער פֿאַר ד ַײן האַלדז‪.‬‬

             ‫‪ 10‬מ ַײן זון‪ ,‬אַז די זינדיקע װעלן דיך אָנרעדן‪,‬‬
                                  ‫זאָלסטו ניט א ַײנװיליקן‪.‬‬

                   ‫‪ 11‬אַז זײ װעלן זאָגן‪„ :‬קום מיט אונדז!‬
   1   2   3   4   5   6   7