Page 3 - Mishley
P. 3

‫משלי‬

                                        ‫לאָמיר לױערן אױף בלוט‪,‬‬
              ‫לאָמיר לאָקערן אױפֿן אומשולדיקן פֿאַר אומזיסט;‬
 ‫‪ 12‬לאָמיר זײ א ַײנשלינגען לעבעדיקערהײט װי די אונטערערד‪,‬‬

                   ‫און גאַנצערהײט װי די װאָס נידערן אין גרוב;‬
                   ‫‪ 13‬אַלערלײ ט ַײערע גוטס װעלן מיר געפֿינען‪,‬‬

                       ‫מיר װעלן אָנפֿילן אונדזער הױז מיט רױב;‬
                                ‫‪ 14‬װאַרף ד ַײן גורל צװישן אונדז‪,‬‬

                        ‫אײן ב ַײטל װעט ז ַײן ב ַײ אונדז אַלעמען”;‬
                  ‫‪ 15‬זאָלסטו ניט גײן‪ ,‬מ ַײן זון‪ ,‬מיט זײ אין װעג‪,‬‬

                              ‫פֿאַרמ ַײד ד ַײן פֿוס פֿון זײער שטעג‪.‬‬
                             ‫‪ 16‬װאָרום זײערע פֿיס לױפֿן צו בײז‪,‬‬

                                  ‫און זײ א ַײלן צו פֿאַרגיסן בלוט‪.‬‬
              ‫‪ 17‬װאָרום אומשולדיק איז אױסגעשפּרײט די נעץ‪,‬‬

                               ‫אין די אױגן פֿון אַלע געפֿליגלטע‪,‬‬
                           ‫‪ 18‬בעת מע לױערט אױף זײער בלוט‪,‬‬

                                ‫מע לאָקערט אױף זײערע לעבנס‪.‬‬
 ‫‪ 19‬אַזױ ז ַײנען די װעגן פֿון איטלעכן װאָס איז ג ַײציק נאָך רױב;‬

            ‫עס נעמט אַװעק דאָס לעבן פֿון דעם װאָס האָט עס‪.‬‬
                              ‫‪ 20‬די חכמה שר ַײט אױף דער גאַס‪,‬‬

                           ‫אין די מערק לאָזט זי אַרױס איר ָקול;‬
                           ‫‪ 21‬אין עק פֿון רױשיקע גאַסן רופֿט זי‪,‬‬
       ‫ב ַײ די טױערא ַײנגאַנגען‪ ,‬אין שטאָט‪ ,‬רעדט זי אירע רײד‪:‬‬
‫‪ 22‬ביז װאַנען‪ ,‬איר פֿאַרנאַרטע‪ ,‬װעט איר ליב האָבן נאַרישקײט‪,‬‬
                     ‫און די שפּעטער װעלן זיך גלוסטן געשפּעט‪,‬‬
                            ‫און די נאַרן װעלן פֿ ַײנט האָבן װיסן?‬

                                    ‫‪ 23‬קערט א ַײך צו מ ַײן מוסר‪,‬‬
                      ‫אָט װעל איך אױסגיסן מ ַײן ג ַײסט צו א ַײך‪,‬‬
                       ‫איך װעל א ַײך מאַכן װיסן מ ַײנע װערטער‪.‬‬
          ‫‪ 24‬װ ַײל איך האָב גערופֿן‪ ,‬און איר האָט ניט געװאָלט‪,‬‬
   ‫אױסגעשטרעקט מ ַײן האַנט‪ ,‬און קײנער האָט ניט פֿאַרנומען‪,‬‬
      ‫‪ 25‬נאָר איר האָט געמאַכט צו נישט מ ַײן יעטװעדער עצה‪,‬‬

                          ‫און מ ַײן מוסר האָט איר ניט געװאָלט‪,‬‬
                       ‫‪ 26‬װעל איך אױך לאַכן אױף א ַײער בראָך‪,‬‬
                ‫איך װעל שפּעטן װען א ַײער שרעק װעט קומען;‬
                 ‫‪ 27‬װען עס קומט װי אַ געװיטער א ַײער שרעק‪,‬‬
            ‫און א ַײער בראָך װעט װי אַ שטורעמװינט אָנקומען;‬
   1   2   3   4   5   6   7   8