Page 7 - Mishley
P. 7

‫משלי‬

              ‫‪ 21‬מ ַײן זון‪ ,‬זאָלן זײ ניט אַװעק פֿון ד ַײנע אױגן;‬
                             ‫היט קלוגשאַפֿט און געש ַײטקײט‪,‬‬

                     ‫‪ 22‬און זײ װעלן ז ַײן לעבן פֿאַר ד ַײן ל ַײב‪,‬‬
                                      ‫און חן אױף ד ַײן האַלדז‪.‬‬

           ‫‪ 23‬דענצמאָל װעסטו גײן אין זיכערקײט ד ַײן װעג‪,‬‬
                           ‫און װעסט ניט אָפּשלאָגן ד ַײן פֿוס‪.‬‬

                ‫‪ 24‬אַז דו װעסט זיך לײגן װעסטו ניט אַנגסטן‪,‬‬
                ‫און װעסט ליגן‪ ,‬און זיס װעט ז ַײן ד ַײן שלאָף‪.‬‬
     ‫‪ 25‬זאָלסט ניט מורא האָבן פֿאַר אַן אומגעריכטן שרעק‪,‬‬
     ‫און פֿאַר דער פֿאַרװיסטונג פֿון די ר ָשעים‪ ,‬װען זי קומט‪.‬‬

                         ‫‪ 26‬װאָרום גאָט װעט ז ַײן ד ַײן בטחון‪,‬‬
                   ‫און װעט היטן ד ַײן פֿוס פֿון באַצװינגעניש‪.‬‬
     ‫‪ 27‬זאָלסט ניט פֿאַרמ ַײדן גוטס פֿון דעם װאָס דאַרף עס‪,‬‬

                           ‫װען ד ַײן האַנט האָט בכּוח צו טאָן‪.‬‬
      ‫‪ 28‬זאָלסט ניט זאָגן צו ד ַײן חבֿר‪„ :‬גײ‪ ,‬און קום װידער‪,‬‬

           ‫און מאָרגן װעל איך געבן”‪ ,‬װען דו האָסט ב ַײ זיך‪.‬‬
               ‫‪ 29‬זאָלסט ניט טראַכטן אַ ָרעה אױף ד ַײן חבֿר‪,‬‬
                         ‫װען ער זיצט אין זיכערקײט ב ַײ דיר‪.‬‬

          ‫‪ 30‬זאָלסט זיך ניט קריגן מיט אַ מענטשן אומזיסט‪,‬‬
                      ‫אױב ער האָט דיר ניט געטאָן קײן ָרעה‪.‬‬

           ‫‪ 31‬זאָלסט ניט מקנא ז ַײן דעם מאַן פֿון אומרעכט‪,‬‬
            ‫און זאָלסט ניט אױסװײלן קײנעם פֿון ז ַײנע װעגן‪.‬‬
‫‪ 32‬װאָרום אַן אומװערדיקײט ב ַײ גאָט איז דער פֿאַרקערטער‪,‬‬

               ‫און מיט די רעכטפֿאַרטיקע איז ער פֿאַרטרױט‪.‬‬

                  ‫‪ 33‬די קללה פֿון גאָט איז אין הױז פֿון ָרשע‪,‬‬
                        ‫און די װױנונג פֿון צדיק בענטשט ער‪.‬‬

             ‫‪ 34‬אױב שפּעטער – מאַכט ער זײ צום געשפּעט‪,‬‬
                                  ‫אָבער די שטילע גיט ער חן‪.‬‬
                                     ‫‪ 35‬כּבֿוד אַרבן די חכמים‪,‬‬
                                  ‫און נאַרן קל ַײבן אױף שאַנד‪.‬‬
   2   3   4   5   6   7   8   9   10   11   12