Page 11 - Mishley
P. 11
משלי
1מ ַײן זון ,אױב דו ביסט ָערבֿ געװען פֿאַר ד ַײן חבֿר,
געגעבן ד ַײן האַנט פֿאַר אַ פֿרעמדן,ו
2ביסטו געכאַפּט אין די װערטער פֿון ד ַײן מױל,
ביסטו געפֿאַנגען אין די װערטער פֿון ד ַײן מױל.
3טו דאָס דען ,מ ַײן זון ,און װער ניצול,
אַז דו ביסט אַר ַײנגעפֿאַלן אין ד ַײן חבֿרס האַנט:
גײ ,װאַרף זיך אַנידער ,און שטײ-צו צו ד ַײן חבֿר.
4זאָלסט ניט געבן קײן שלאָף צו ד ַײנע אױגן,
און קײן שלומער צו ד ַײנע ברעמען.
5ז ַײ דיך מציל װי אַ הירש אױס דער האַנט,
און װי אַ פֿױגל פֿון פֿאַנגערס האַנט.
6גײ צו דער מוראַזשקע ,דו פֿױלער,
זע אירע װעגן ,און װער קלוג;
7הגם זי האָט ניט קײן פֿירער,
קײן אױפֿזעער און קײן געװעלטיקער,
8גרײט זי אָן אום זומער איר ברױט,
האָט זי אָנגעקליבן אין שניטצ ַײט איר שפּ ַײז.
9ביז װאַנען ,דו פֿױלער ,װעסטו ליגן?
װען װעסטו אױפֿשטײן פֿון ד ַײן שלאָף?
„ 10נאָך אַ ביסל שלאָף ,נאָך אַ ביסל דרעמלען,
נאָך אַ ביסל ליגן מיט פֿאַרלײגטע הענט”;
11און קומען װי אַ גײ-חיל װעט ד ַײן אָרימקײט,
און ד ַײן נױט װי אַ געפּאַנצערטער מאַן.
12אַ נידערטרעכטיקער מענטש ,אַ מאַן פֿון אומרעכט,
איז דער װאָס גײט אום מיט אַ קרומען מױל,
13װאָס װינקט מיט ז ַײנע אױגן ,װאָס שאַרט מיט ז ַײנע פֿיס,
װאָס ט ַײטלט מיט ז ַײנע פֿינגער.
14פֿאַרקערטקײט איז אין ז ַײן האַרצן,
ער טראַכט בײז אין יעטװעדער צ ַײט,
קריג מאַכט ער אָן.
15דרום װעט פּלוצלינג קומען ז ַײן אומגליק,
פּלוצים װעט ער צעבראָכן װערן אַז קײן הײלונג װעט ניט ז ַײן.