Page 13 - Mishley
P. 13
משלי
33שלעג און שאַנד װעט ער קריגן,
און ז ַײן חרפּה װעט ניט אָפּגעמעקט װערן.
34װאָרום אײפֿערזוכט איז דער גרימצאָרן פֿון אַ מאַן,
און ער װעט ניט שױנען אין טאָג פֿון נקמה.
35ער װעט ניט אַכטן קײן אױסלײזגעלט,
און ניט באַװיליקן ,װי דו זאָלסט מערן שוחד.
1מ ַײן זון ,היט מ ַײנע װערטער,ז
און מ ַײנע געבאָט זאָלסטו באַהאַלטן ב ַײ דיר.
2היט מ ַײנע געבאָט ,כּדי זאָלסט לעבן,
און מ ַײן לערנונג ,װי דעם שװאַרצאַפּל פֿון ד ַײנע אױגן.
3בינד זײ אָן אױף ד ַײנע פֿינגער,
שר ַײב זײ אָן אױף דעם טאָװל פֿון ד ַײן האַרצן.
4זאָג צו דער חכמה :דו ביסט מ ַײן שװעסטער;
און פֿאַרשטאַנדיקײט זאָלסטו רופֿן פֿר ַײנט;
5כּדי זײ זאָלן דיך באַהיטן פֿון דער פֿרעמדער פֿרױ,
פֿון דער אומבאַקענטער װאָס מאַכט גלאַט אירע רײד.
6װאָרום דורכן פֿענצטער פֿון מ ַײן הױז,
דורך מ ַײן פֿאָרטקע האָב איך אַרױסגעקוקט;
7און איך האָב געזען צװישן די נאַרן,
געמערקט צװישן די יונגעל ַײט,
אַ יונג אָן שׂכל,
8װי ער גײט פֿאַרב ַײ אין גאַס לעבן איר װינקל,
און שפּר ַײזט אױפֿן װעג צו איר הױז,
9פֿאַרנאַכט אין אָװנט פֿון טאָג,
אין טיפֿער נאַכט און פֿינצטערניש.
10ערשט אַ פֿרױ קומט אים אָן אַנטקעגן,
מיט דעם אָנטו פֿון אַ זונה ,און מיט אַ באַהאַלטענעם האַרצן.
11רױשיק איז זי און אױסגעלאַסן,
אירע פֿיס רוען ניט אין איר הױז.
12אַ מאָל אין גאַס ,אַ מאָל אױף די מערק,
און ב ַײ אַלע עקן טוט זי לױערן.
13און זי נעמט אים אָן ,און זי קושט אים,