Page 14 - Mishley
P. 14
משלי
זי פֿאַרש ַײט איר פּנים און זאָגט צו אים:
14פֿרידאָפּפֿער האָב איך אױף מיר,
ה ַײנט באַצאָל איך מ ַײנע נדרים.
15דרום בין איך אַרױס דיר אַנטקעגן,
צו זוכן ד ַײן פּנים ,און איך האָב דיך געפֿונען.
16מיט דעקן האָב איך איבערגעדעקט מ ַײן בעט,
מיט געשטר ַײפֿטע געשפּינסן פֿון מצ ַר ִים.
17איך האָב באַשפּריצט מ ַײן געלעגער
מיט מירע ,אַלאָע ,און צימערינג.
18קום ,לאָמיר זיך זעטן מיט ליבע ביזן פֿרימאָרגן,
לאָמיר זיך קװיקן מיט ליבשאַפֿט.
19װאָרום מ ַײן מאַן איז ניטאָ אין דער הײם,
ער איז אַװעק אױף אַ װ ַײטן װעג.
20דאָס ב ַײטל געלט האָט ער מיטגענומען מיט זיך,
אין טאָג פֿון האַלבן חודש װעט ער קומען אַהײם.
21זי ציט אים מיט איר פֿיל א ַײנרעדעניש,
מיט אירע גלאַטע ליפּן פֿאַרפֿירט זי אים.
22ער גײט איר נאָך באַלד,
װי אַן אָקס װאָס גײט צו דער שחיטה,
און װי אױף אַ קײט צו דער שטראָף פֿון דעם נאַרן.
23ביז אַ פֿ ַײל שפּאַלט דורך ז ַײן לעבער;
װי אַ פֿױגל א ַײלט צו דער נעץ,
און װײס ניט אַז עס איז אום איר לעבן.
24און אַצונד ,קינדער ,הערט מיר צו,
און פֿאַרנעמט די װערטער פֿון מ ַײן מױל.
25זאָל ניט אָפּקערן צו אירע װעגן ד ַײן האַרץ,
זאָלסט ניט פֿאַרבלאָנדזשען אין אירע שטעגן.
26װאָרום אַ סך דערשלאָגענע האָט זי אַװעקגעלײגט,
און פֿיל ז ַײנען אירע דערהרגעטע.
27װעגן צו דער אונטערערד איז איר הױז,
זײ נידערן אין די קאַמערן פֿון טױט.