Page 15 - Mishley
P. 15

‫משלי‬

        ‫‪ 1‬פֿאַר װאָר‪ ,‬די חכמה רופֿט‪,‬ח‬

      ‫און פֿאַרשטאַנדיקײט לאָזט אַרױס איר ָקול‪.‬‬
         ‫‪ 2‬אױפֿן שפּיץ פֿון די הױכע ערטער ב ַײם װעג‪,‬‬

    ‫ב ַײם צונױפֿקום פֿון שטעגן‪ ,‬האָט זי זיך געשטעלט;‬
          ‫‪ 3‬לעבן די טױערן‪ ,‬ב ַײם א ַײנגאַנג פֿון שטאָט‪,‬‬
            ‫ב ַײם אַר ַײנקום אין די טירן שר ַײט זי אױס‪:‬‬
                            ‫‪ 4‬צו א ַײך‪ ,‬מענער‪ ,‬רוף איך‪,‬‬
               ‫און מ ַײן ָקול איז צו די מענטשנקינדער‪.‬‬
             ‫‪ 5‬איר פֿאַרנאַרטע‪ ,‬פֿאַרשטײט קלוגשאַפֿט‪,‬‬
         ‫און איר נאַרן‪ ,‬קריגט אַ פֿאַרשטאַנדיק האַרץ!‬
         ‫‪ 6‬הערט צו‪ ,‬װאָרום געהױבנס װעל איך רעדן‪,‬‬

‫און די עפֿענונג פֿון מ ַײנע ליפּן װעט ז ַײן די ריכטיקײט‪.‬‬
                  ‫‪ 7‬װאָרום מ ַײן גומען װעט רעדן אמת‪,‬‬

   ‫און שלעכטס איז די אומװערדיקײט פֿון מ ַײנע ליפּן‪.‬‬
‫‪ 8‬מיט גערעכטיקײט ז ַײנען אַלע װערטער פֿון מ ַײן מױל‬

                  ‫ניטאָ אין זײ פֿאַרדרײטס און קרומס‪.‬‬
           ‫‪ 9‬זײ אַלע ז ַײנען קלאָר פֿאַרן פֿאַרשטאַנדיקן‪,‬‬
   ‫און רעכטפֿאַרטיק פֿאַר די װאָס געפֿינען קענשאַפֿט‪.‬‬

                  ‫‪ 10‬נעמט מ ַײן מוסר‪ ,‬און ניט זילבער‪,‬‬
            ‫און קענשאַפֿט אײדער געקליבנסטע גאָלד‪.‬‬

               ‫‪ 11‬װאָרום חכמה איז בעסער פֿון פּערל‪,‬‬
               ‫און קײן חפֿצים ז ַײנען ניט גל ַײך צו איר‪.‬‬

                   ‫‪ 12‬איך חכמה װױן מיט געש ַײטקײט‪,‬‬
          ‫און קענשאַפֿט פֿון א ַײנפֿאַלן טו איך געפֿינען‪.‬‬
         ‫‪ 13‬מורא פֿאַר גאָט איז פֿ ַײנט האָבן שלעכטס;‬
 ‫האָפֿערדיקײט און גאװה‪ ,‬און דעם װעג פֿון שלעכטס‪,‬‬
       ‫און אַ מױל מיט פֿאַרקערטקײט האָב איך פֿ ַײנט‪.‬‬

                    ‫‪ 14‬איך האָב עצות און בריהשאַפֿט‪,‬‬
             ‫איך בין פֿאַרשטאַנדיקײט‪ ,‬גבֿורה איז מ ַײן‪.‬‬

                             ‫‪ 15‬דורך מיר קיניגן מלכים‪,‬‬
                   ‫און פֿירשטן מאַכן גערעכטע געזעצן‪.‬‬

                      ‫‪ 16‬דורך מיר הערשן די הערשער‪,‬‬
         ‫און די אַדלל ַײט – אַלע ריכטער פֿון דער ערד‪.‬‬

                     ‫‪ 17‬איך האָב ליב מ ַײנע ליבהאָבער‪,‬‬
                          ‫און מ ַײנע זוכער געפֿינען מיך‪.‬‬

                   ‫‪ 18‬עשירות און כּבֿוד ז ַײנען ב ַײ מיר‪,‬‬
   10   11   12   13   14   15   16   17   18   19   20