Page 20 - Mishley
P. 20

‫משלי‬

                    ‫‪ 21‬די ליפּן פֿון די צדיקים שפּ ַײזן אַ סך‪,‬‬
               ‫אָבער די נאַרן שטאַרבן װ ַײל זײ פֿעלט שׂכל‪.‬‬

                       ‫‪ 22‬די ברכה פֿון גאָט‪ ,‬זי מאַכט ר ַײך‪,‬‬
                  ‫מע דאַרף צו מאָל ניט צולײגן מי דערב ַײ‪.‬‬

             ‫‪ 23‬װי אַ שפּילכל איז ב ַײם נאַרן טאָן אַ נבֿלה‪,‬‬
                  ‫און אַ חכמה – ב ַײ אַ מענטשן מיט שׂכל‪.‬‬

‫‪ 24‬די שרעקעניש פֿון דעם ָרשע‪ ,‬זי װעט קומען אױף אים‪,‬‬
           ‫און דעם באַגער פֿון די צדיקים װעט מען געבן‪.‬‬

 ‫‪ 25‬װי אַ שטורעם גײט אַריבער‪ ,‬אַזױ איז דער ָרשע ניטאָ‪,‬‬
           ‫אָבער דער צדיק איז אַן אײביקער גרונטפֿעסט‪.‬‬

       ‫‪ 26‬װי עסיק פֿאַר די צײן‪ ,‬און װי רױך פֿאַר די אױגן‪,‬‬
             ‫אַזױ איז דער פֿױלער פֿאַר די װאָס שיקן אים‪.‬‬

                          ‫‪ 27‬מורא פֿאַר גאָט לײגט צו טעג‪,‬‬
                ‫און די יאָרן פֿון די ר ָשעים װערן געקירצט‪.‬‬

‫‪ 28‬די װאַרטעניש פֿון די צדיקים לאָזט זיך אױס אין פֿרײד‪,‬‬
         ‫און די האָפֿענונג פֿון די ר ָשעים װעט אונטערגײן‪.‬‬

  ‫‪ 29‬אַ באַשיצונג פֿאַר ערלעכקײט איז דער װעג פֿון גאָט‪,‬‬
              ‫אָבער אַ בראָך פֿאַר די װאָס טוען אומרעכט‪.‬‬

         ‫‪ 30‬דער צדיק װעט זיך קײן מאָל ניט אױסגליטשן‪,‬‬
              ‫אָבער די ר ָשעים װעלן ניט בל ַײבן אין לאַנד‪.‬‬

        ‫‪ 31‬דאָס מױל פֿון דעם צדיק שפּראָצט מיט חכמה‪,‬‬
                 ‫און די פֿאַרקערטע צונג װערט פֿאַרשניטן‪.‬‬

             ‫‪ 32‬די ליפּן פֿון דעם צדיק װײסן גוטװיליקײט‪,‬‬
            ‫און דאָס מױל פֿון די ר ָשעים – פֿאַרקערטקײט‪.‬‬
   15   16   17   18   19   20   21   22   23   24   25