Page 23 - Mishley
P. 23

‫משלי‬

                   ‫‪ 27‬דער װאָס זוכט גוטס‪ ,‬זוכט גוטװיליקײט‪,‬‬
         ‫און דער װאָס איז אױסן בײז‪ ,‬װעט עס אים אָנקומען‪.‬‬

‫‪ 28‬דער װאָס פֿאַרזיכערט זיך אױף ז ַײן עשירות‪ ,‬ער װעט פֿאַלן‪,‬‬
                     ‫און װי אַ בלאַט װעלן שפּראָצן די צדיקים‪.‬‬

       ‫‪ 29‬דער װאָס פֿאַראומגליקט ז ַײן הױז‪ ,‬װעט אַרבן װינט;‬
                ‫און דער נאַר איז אַ קנעכט ב ַײם קלוגהאַרציקן‪.‬‬

             ‫‪ 30‬די פֿרוכט פֿון דעם צדיק איז אַ בױם פֿון לעבן‪,‬‬
                          ‫און די הערצער נעמט א ַײן דער חכם‪.‬‬

              ‫‪ 31‬זע‪ ,‬דער צדיק קריגט באַצאָלט אױף דער ערד‪,‬‬
                    ‫ה ַײנט װי שױן דער ָרשע און דער זינדיקער!‬

    ‫‪ 1‬דער װאָס האָט ליב װיסן‪ ,‬האָט ליב מוסר‪,‬יב‬

          ‫אָבער דער פֿאַרגרעבטער האָט פֿ ַײנט שטראָף‪.‬‬

                     ‫‪ 2‬דער גוטער קריגט באַװיליקונג פֿון גאָט‪,‬‬
          ‫אָבער דעם מאַן מיט בײזע געדאַנקען פֿאַרמשפּט ער‪.‬‬

               ‫‪ 3‬קײן מענטש קען ניט באַשטײן דורך שלעכטס‪,‬‬
               ‫אָבער דער װאָרצל פֿון די צדיקים רירט זיך ניט‪.‬‬

                      ‫‪ 4‬אַן ֵא ֶשת‪-‬חיל איז די קרױן פֿון איר מאַן‪,‬‬
         ‫און װי אַ פֿױלונג אין ז ַײנע בײנער איז אַ טױגעניכטס‪.‬‬

             ‫‪ 5‬די מחשבֿות פֿון די צדיקים ז ַײנען גערעכטיקײט‪,‬‬
                     ‫די תּחבוּלות פֿון די ר ָשעים ז ַײנען באַטרוג‪.‬‬

           ‫‪ 6‬די רײד פֿון די ר ָשעים ז ַײנען צו לױערן אױף בלוט‪,‬‬
          ‫אָבער דאָס מױל פֿון די רעכטפֿאַרטיקע איז זײ מציל‪.‬‬

         ‫‪ 7‬די ר ָשעים װערן איבערגעקערט‪ ,‬און זײ ז ַײנען ניטאָ‪,‬‬
                 ‫אָבער דאָס הױז פֿון די צדיקים װעט באַשטײן‪.‬‬
   18   19   20   21   22   23   24   25   26   27   28