Page 26 - Mishley
P. 26

‫משלי‬

                           ‫‪ 5‬דער צדיק האָט פֿ ַײנט אַ פֿאַלש װאָרט‪,‬‬
                      ‫און דער ָרשע פֿירט זיך מיאוס און שענדלעך‪.‬‬

       ‫‪ 6‬רעכטפֿאַרטיקײט פֿאַרהיט דעם װאָס ז ַײן װעג איז ערלעך‪,‬‬
                          ‫און שלעכטיקײט פֿאַרדרײט דעם זינדיקן‪.‬‬

           ‫‪ 7‬פֿאַראַן דער װאָס שטעלט זיך ר ַײך און האָט גאָרנישט‪,‬‬
                 ‫דער װאָס שטעלט זיך אָרים ב ַײ אַ גרױס פֿאַרמעג‪.‬‬

            ‫‪ 8‬אַן אױסלײז פֿאַר אַ מענטשנס לעבן איז ז ַײן עשירות‪,‬‬
             ‫אָבער דער אָרימאַן הערט צו מאָל ניט קײן אָנגעשרײ‪.‬‬

                        ‫‪ 9‬די ליכטיקײט פֿון די צדיקים איז פֿרײלעך‪,‬‬
                   ‫אָבער דאָס ליכט פֿון די ר ָשעים לעשט זיך אױס‪.‬‬

                   ‫‪ 10‬דורך מוטװיליקײט מאַכט מען בלױז אָן קריג‪,‬‬
                              ‫אָבער ב ַײ די איבערלײגטע איז חכמה‪.‬‬

                     ‫‪ 11‬אַ ר ַײכטום פֿון דער לופֿט װערט געמינערט‪,‬‬
                   ‫אָבער דער װאָס קל ַײבט ביסלעכװ ַײז פֿאַרמערט‪.‬‬

          ‫‪ 12‬אַ פֿאַרצױגענע װאַרטעניש מאַכט קראַנק דאָס האַרץ‪,‬‬
                 ‫און אַ בױם פֿון לעבן איז אַ באַגער װאָס קומט אָן‪.‬‬

         ‫‪ 13‬דער װאָס פֿאַראַכט דאָס װאָרט‪ ,‬אים װעט געשען בײז‪,‬‬
‫אָבער דער װאָס האָט מורא פֿאַרן געבאָט‪ ,‬ער װעט באַלױנט װערן‪.‬‬

               ‫‪ 14‬די לערנונג פֿון דעם חכם איז אַ קװאַל פֿון לעבן‪,‬‬
                               ‫זיך אָפּצוקערן פֿון די נעצן פֿון טױט‪.‬‬

                                        ‫‪ 15‬אַ גוטער שׂכל גיט צו חן‪,‬‬
                        ‫אָבער דער װעג פֿון די פֿעלשער איז האַרט‪.‬‬

            ‫‪ 16‬יעטװעדער קלוגער פֿירט זיך מיט פֿאַרשטאַנדיקײט‪,‬‬
                          ‫אָבער דער נאַר שפּרײט אױס די טיפּשות‪.‬‬

      ‫‪ 17‬אַן אומערלעכער ָש ִליח װעט אַר ַײנפֿאַלן אין אַן אומגליק‪,‬‬
                           ‫און אַ טר ַײער געשיקטער איז אַ הײלונג‪.‬‬
   21   22   23   24   25   26   27   28   29   30   31