Page 31 - Mishley
P. 31

‫משלי‬

                     ‫‪ 7‬די ליפּן פֿון די קלוגע פֿאַרשפּרײטן קענשאַפֿט‪,‬‬
                           ‫און דער שׂכל פֿון די נאַרן – ניט ריכטיקס‪.‬‬

‫‪ 8‬דאָס שלאַכטאָפּפֿער פֿון די ר ָשעים איז אַן אומװערדיקײט ב ַײ גאָט‪,‬‬
                      ‫און די תּפֿילה פֿון רעכטפֿאַרטיקע איז ז ַײן ָרצון‪.‬‬

           ‫‪ 9‬אַן אומװערדיקײט ב ַײ גאָט איז דער װעג פֿון דעם ָרשע‪,‬‬
             ‫און דעם װאָס יאָגט זיך נאָך גערעכטיקײט האָט ער ליב‪.‬‬

         ‫‪ 10‬אַ בײזע שטראָף איז פֿאַר דעם װאָס פֿאַרלאָזט דעם װעג‪,‬‬
                           ‫דער װאָס האָט פֿ ַײנט מוסר װעט שטאַרבן‪.‬‬

                ‫‪ 11‬די אונטערערד און דער אָפּגרונט ז ַײנען פֿאַר גאָט‪,‬‬
                   ‫ה ַײנט װי שױן די הערצער פֿון די מענטשנקינדער!‬

               ‫‪ 12‬דער שפּעטער האָט ניט ליב מע זאָל אים שטראָפֿן‪,‬‬
                                            ‫ער װיל ניט גײן צו חכמים‪.‬‬

                      ‫‪ 13‬אַ פֿרײלעך האַרץ מונטערט אױף דעם פּנים‪,‬‬
             ‫און פֿון האַרצקלעמעניש װערט דאָס געמיט דערשלאָגן‪.‬‬

             ‫‪ 14‬דאָס האַרץ פֿון דעם פֿאַרשטאַנדיקן זוכט קענשאַפֿט‪,‬‬
                ‫און דאָס מױל פֿון די נאַרן פֿיטערט זיך אױף טיפּשות‪.‬‬

                       ‫‪ 15‬אַלע טעג פֿון דעם אָרימאַן ז ַײנען שלעכטע‪,‬‬
    ‫אָבער ב ַײ דעם װאָס האָט אַ פֿרײלעך האַרץ איז תּמיד אַ סעודה‪.‬‬

                           ‫‪ 16‬בעסער װינציק מיט גאָטספֿאָרכטיקײט‪,‬‬
                ‫אײדער אַ גרױסער אוצר מיט צעטומלטקײט דערב ַײ‪.‬‬

              ‫‪ 17‬בעסער אַ מאָלצ ַײט פֿון גרינס װוּ ליבשאַפֿט איז דאָ‪,‬‬
                     ‫אײדער אַ געשטאָפּטער אָקס מיט שׂנאה דערב ַײ‪.‬‬

                                        ‫‪ 18‬אַ כּעסן מאַכט אָן שטר ַײט‪,‬‬
                ‫און אַן א ַײנגעהאַלטענער אין צאָרן שטילט א ַײן קריג‪.‬‬

          ‫‪ 19‬דער װעג פֿון דעם פֿױלן איז װי פֿאַרצאַמט מיט דערנער‪,‬‬
        ‫אָבער דער שטעג פֿון דעם רעכטפֿאַרטיקן איז אױסגעגל ַײכט‪.‬‬
   26   27   28   29   30   31   32   33   34   35   36