Page 33 - Mishley
P. 33

‫משלי‬

               ‫‪ 33‬מורא פֿאַר גאָט איז די לערנונג פֿון חכמה‪,‬‬
                                 ‫און פֿאַר כּבֿוד קומט עניװת‪.‬‬

‫‪ 1‬דעם מענטשנס ז ַײנען די צוגרײטענישן פֿון האַרצן‪,‬‬

  ‫אָבער פֿון גאָט איז דער ענטפֿער פֿון דער צונג‪.‬טז‬

      ‫‪ 2‬אַלע װעגן פֿון אַ מענטשן ז ַײנען רײן אין ז ַײנע אױגן‪,‬‬
                             ‫אָבער גאָט פֿאָרשט די געמיטער‪.‬‬

                        ‫‪ 3‬לײג אַרױף ד ַײנע טוּונגען אױף גאָט‪,‬‬
                 ‫און ד ַײנע מחשבֿות װעלן צו שטאַנד קומען‪.‬‬

                  ‫‪ 4‬אַלץ האָט גאָט געמאַכט פֿאַר ז ַײן צװעק‪,‬‬
                      ‫און אױך דעם ָרשע פֿאַרן טאָג פֿון בײז‪.‬‬

  ‫‪ 5‬אַן אומװערדיקײט ב ַײ גאָט איז איטלעכער װאָס האָט אַ‬
                                            ‫האָפֿערדיק האַרץ;‬

         ‫נאַ דיר מ ַײן האַנט! אים װעט ניט געשאָנקען װערן‪.‬‬

               ‫‪ 6‬דורך גענאָד און אמת װערט זינד פֿאַרגעבן‪,‬‬
  ‫און דורך מורא פֿאַר גאָט קערט מען זיך אָפּ פֿון שלעכטס‪.‬‬

               ‫‪ 7‬אַז גאָט באַװיליקט די װעגן פֿון אַ מענטשן‪,‬‬
                ‫מאַכט ער אַפֿילו ז ַײנע פֿ ַײנט שלום מיט אים‪.‬‬

                        ‫‪ 8‬בעסער װינציק דורך גערעכטיקײט‪,‬‬
                        ‫אײדער פֿיל הכָנסות דורך אומרעכט‪.‬‬

                    ‫‪ 9‬דעם מענטשנס האַרץ דענקט ז ַײן װעג‪,‬‬
                                ‫אָבער גאָט לענקט ז ַײן טריט‪.‬‬

                           ‫‪ 10‬אַ כּישוף איז אױפֿן מלכס ליפּן‪,‬‬
                           ‫ז ַײן מױל פֿעלשט ניט ב ַײם משפּט‪.‬‬

             ‫‪ 11‬ריכטיקע װאָג און װאָגשאָלן ז ַײנען פֿון גאָט‪,‬‬
               ‫ז ַײן װערק ז ַײנען אַלע װאָגשטײנער פֿון ב ַײטל‪.‬‬
   28   29   30   31   32   33   34   35   36   37   38