Page 37 - Mishley
P. 37

‫משלי‬

     ‫‪ 14‬װי מע לאָזט לױז װאַסער איז דער אָנהײב פֿון מחלוקות‪,‬‬
                   ‫דרום‪ ,‬אײדער דער קריג ברעכט אױס‪ ,‬לאָז אָפּ‪.‬‬

‫‪ 15‬דער װאָס מאַכט גערעכט דעם שולדיקן‪ ,‬און דער װאָס מאַכט‬
                                           ‫שולדיק דעם גערעכטן‪,‬‬

                      ‫זײ בײדע ז ַײנען אַן אומװערדיקײט ב ַײ גאָט‪.‬‬

                        ‫‪ 16‬װאָס טױג געלט אין דעם נאַרנס האַנט‬
                    ‫אױף צו קױפֿן חכמה‪ ,‬אַז קײן שׂכל איז ניטאָ?‬

                   ‫‪ 17‬אין אַלע צ ַײטן איז אַ חבֿר אַ גוטער פֿר ַײנט‪,‬‬
                        ‫אָבער פֿאַר אַ צרה איז אַ ברודער געבאָרן‪.‬‬

               ‫‪ 18‬אַ מענטש אָן שׂכל איז דער װאָס גיט אַ האַנט‪,‬‬
                           ‫װאָס איז ָערבֿ אַן ָערבֿות פֿאַר ז ַײן חבֿר‪.‬‬

                ‫‪ 19‬דער װאָס האָט ליב קריג‪ ,‬האָט ליב פֿאַרברעך‪,‬‬
                    ‫דער װאָס מאַכט הױך ז ַײן טיר‪ ,‬זוכט אַ בראָך‪.‬‬

 ‫‪ 20‬דער װאָס האָט אַ קרום האַרץ‪ ,‬װעט ניט געפֿינען קײן גוטס‪,‬‬
   ‫און דער װאָס דרײט מיט דער צונג‪ ,‬װעט אַר ַײנפֿאַלן אין בײז‪.‬‬

          ‫‪ 21‬דער װאָס געבערט אַ נאַרן‪ ,‬איז דאָס צו ז ַײן קומער‪,‬‬
  ‫און דער פֿאָטער פֿון דעם נידערטרעכטיקן האָט ניט קײן ַנ ַחת‪.‬‬

                         ‫‪ 22‬אַ פֿרײלעך האַרץ איז אַ גוטע רפֿואה‪,‬‬
              ‫און אַ דערשלאָגן געמיט טריקנט אױס דאָס געבײן‪.‬‬

                       ‫‪ 23‬דער ָרשע נעמט אָן שוחד אױסן בוזעם‪,‬‬
                         ‫צו פֿאַרדרײען די װעגן פֿון גערעכטיקײט‪.‬‬

                  ‫‪ 24‬פֿאַרן פּנים פֿון פֿאַרשטאַנדיקן איז די חכמה‪,‬‬
                 ‫און די אױגן פֿון דעם נאַרן ז ַײנען אין עק װעלט‪.‬‬

              ‫‪ 25‬אַן ערגערניש פֿאַר ז ַײן פֿאָטער איז אַ זון אַ נאַר‪,‬‬
                             ‫און אַ ביטערניש פֿאַר ז ַײן געװינערין‪.‬‬
   32   33   34   35   36   37   38   39   40   41   42