Page 34 - Mishley
P. 34
משלי
12אַן אומװערדיקײט ב ַײ מלכים איז טאָן שלעכטס,
װאָרום דורך גערעכטיקײט באַשטײט דער טראָן.
13דער ָרצון פֿון מלכים איז אױפֿריכטיקע ליפּן,
און דעם װאָס רעדט די ריכטיקײט האָבן זײ ליב.
14דער גרימצאָרן פֿון מלך איז אַ מלאך-המות,
אָבער אַ קלוגער מאַן שטילט אים א ַײן.
15אין ש ַײן פֿון מלכס פּנים איז לעבן,
און ז ַײן גוטװיליקײט איז װי אַ װאָלקן פֿון שפּעטרעגן.
16װי בעסער זיך א ַײנצוקױפֿן חכמה אײדער גאָלד!
און זיך א ַײנצוקױפֿן שׂכל איז בילכער װי זילבער.
17דער שטעג פֿון די רעכטפֿאַרטיקע איז זיך אָפּצוקערן פֿון
שלעכטס,
דער װאָס היט ז ַײן זעל ,פּאַסט אױף ז ַײן װעג.
18פֿאַר אַ בראָך קומט שטאָלץ,
און פֿאַר אַן אַנידערפֿאַל ,אַ האָפֿערדיק געמיט.
19בעסער אַ נידעריק געמיט צװישן די באַשײדענע,
אײדער טײלן רױב מיט די שטאָלצע.
20דער װאָס אַכט אױף דעם װאָרט ,װעט געפֿינען גוטס,
און דער װאָס פֿאַרזיכערט זיך אױף גאָט ,אַז װױל איז צו אים!
21מיטן קלוגהאַרציקן טרעפֿט זיך דער פֿאַרשטאַנדיקער,
און זיסקײט פֿון די ליפּן מערט לערנונג.
22שׂכל איז אַ קװאַל פֿון לעבן פֿאַר דעם װאָס האָט עס,
און נאַרישקײט איז אַ שטראָף פֿאַרן נאַרן.
23דאָס האַרץ פֿון דעם חכם מאַכט קלוג ז ַײן מױל,
און מערט לערנונג אױף ז ַײנע ליפּן.