Page 29 - Mishley
P. 29
משלי
18ל ַײכטזיניקע אַרבן נאַרישקײט,
און קלוגע באַקרײנען זיך מיט קענשאַפֿט.
19די שלעכטע בײגן זיך פֿאַר די גוטע,
און די ר ָשעים פֿאַר די טױערן פֿון צדיק.
20אַפֿילו ב ַײ ז ַײן חבֿר װערט פֿאַרהאַסט דער אָרימאַן,
און די גוטע פֿר ַײנט פֿון עושר ז ַײנען פֿיל.
21דער װאָס איז מבֿזה ז ַײן חבֿר ,זינדיקט,
און דער װאָס ל ַײטזעליקט די געדריקטע ,אַז װױל איז צו אים!
22פֿאַר װאָר ,די װאָס טראַכטן בײז בלאָנדזשען,
און גענאָד און טר ַײשאַפֿט פֿאַר די װאָס טראַכטן גוטס.
23אין יעטװעדער אָנשטרענג איז דאָ אַ נוץ,
אָבער ליפּנגערײד איז בלױז צום שאָדן.
24אַ קרױן פֿאַר די חכמים איז זײער עשירות,
די טיפּשות פֿון די נאַרן בל ַײבט טיפּשות.
25אַן אמתער עדות ראַטעװעט נפֿשות,
אָבער דער װאָס אָטמט מיט ליגנס איז אַן אָפּנאַר.
26אין מורא פֿאַר גאָט איז אַ שטאַרקער בטחון,
און פֿאַר די קינדער װעט עס ז ַײן אַ באַשיצונג.
27מורא פֿאַר גאָט איז אַ קװאַל פֿון לעבן,
זיך אָפּצוקערן פֿון די נעצן פֿון טױט.
28אין פֿיל פֿאָלק איז די פּראַכט פֿון דעם מלך,
און אָן פֿאָלק איז אַ בראָך פֿאַרן פֿירשט.
29דער װאָס איז א ַײנגעהאַלטן אין צאָרן ,האָט גרױס
פֿאַרשטאַנדיקײט,
און דער װאָס האָט אַ קורץ געמיט ,קל ַײבט אױף נאַרישקײט.