Page 25 - Mishley
P. 25

‫משלי‬

         ‫‪ 21‬דעם צדיק װעט ניט א ַײנפֿאַלן קײן שום אומרעכט‪,‬‬
                           ‫אָבער די ר ָשעים ז ַײנען פֿול מיט בײז‪.‬‬

          ‫‪ 22‬אַן אומװערדיקײט ב ַײ גאָט ז ַײנען ליגנערישע ליפּן‪,‬‬
                ‫און ז ַײן ָרצון‪ ,‬די װאָס באַגײען זיך װאָרהאַפֿטיק‪.‬‬

                 ‫‪ 23‬אַ קלוגער מענטש פֿאַרדעקט די קענשאַפֿט‪,‬‬
          ‫אָבער דאָס האַרץ פֿון די נאַרן רופֿט אױס די טיפּשות‪.‬‬

                 ‫‪ 24‬די האַנט פֿון די פֿלײסיקע װעט געװעלטיקן‪,‬‬
                       ‫און די אָפּגעלאָזטע װעט װערן צו צינדז‪.‬‬

 ‫‪ 25‬איז דאָ אַ זאָרג אין עמיצנס האַרצן‪ ,‬זאָל מען זי פֿאַרדריקן‪,‬‬
                         ‫װאָרום אַ גוט װאָרט מאַכט זי פֿרײלעך‪.‬‬

                        ‫‪ 26‬דער צדיק געפֿינט אױס פֿון ז ַײן חבֿר‪,‬‬
                       ‫און דער װעג פֿון די ר ָשעים פֿאַרפֿירט זײ‪.‬‬

                ‫‪ 27‬דער אָפּגעלאָזטער װעט ניט כאַפּן ז ַײן פֿאַנג‪,‬‬
     ‫און דאָס ט ַײערסטע גוטס פֿון אַ מענטשן איז פֿלײסיק ז ַײן‪.‬‬

                 ‫‪ 28‬אין דעם שטעג פֿון גערעכטיקײט איז לעבן‪,‬‬
             ‫און אױפֿן שליאַך פֿון איר װעג איז ניטאָ קײן טױט‪.‬‬

    ‫‪ 1‬אַ קלוגער זון לאָזט זיך לערנען פֿון פֿאָטער‪,‬יג‬

             ‫אָבער דער שפּעטער װיל ניט הערן אַ בײזער‪.‬‬

           ‫‪ 2‬פֿון דער פֿרוכט פֿון ז ַײן מױל עסט אַ מענטש גוטס‪,‬‬
              ‫אָבער דער באַגער פֿון די פֿעלשער איז אומרעכט‪.‬‬

            ‫‪ 3‬דער װאָס פּאַסט אױף ז ַײן מױל‪ ,‬פֿאַרהיט ז ַײן זעל‪,‬‬
‫דער װאָס שפּאַרט אױף ז ַײנע ליפּן‪ ,‬אױף אים װעט ז ַײן אַ בראָך‪.‬‬

              ‫‪ 4‬די זעל פֿון דעם פֿױלן גאַרט און האָט גאָרנישט‪,‬‬
                ‫אָבער די זעל פֿון די פֿלײסיקע װעט װערן פֿעט‪.‬‬
   20   21   22   23   24   25   26   27   28   29   30