Page 22 - Mishley
P. 22

‫משלי‬

                                  ‫‪ 14‬אָן אַ פֿירונג פֿאַלט אַ פֿאָלק‪,‬‬
                                  ‫און הילף איז דורך פֿיל יועצים‪.‬‬

    ‫‪ 15‬שלעכט שנ ַײדט מען אָפּ אַז מע איז ָערבֿ פֿאַר אַ פֿרעמדן‪,‬‬
            ‫אָבער דער װאָס האָט פֿ ַײנט גוטזאָגעניש איז זיכער‪.‬‬

                                 ‫‪ 16‬אַ באַ ֵחנטע פֿרױ קריגט כּבֿוד‪,‬‬
                                    ‫און שטאַרקע קריגן עשירות‪.‬‬

                ‫‪ 17‬זיך אַלײן טוט גוטס דער גענאָדיקער מענטש‪,‬‬
                    ‫און ז ַײן אײגן ל ַײב פֿאַראומגליקט דער אַכזר‪.‬‬

                              ‫‪ 18‬דער ָרשע פֿאַרדינט פֿאַלשן לױן‪,‬‬
               ‫אָבער דער װאָס זײט גערעכטיקײט – אמתן שׂ ַכר‪.‬‬

                       ‫‪ 19‬פֿעסטע גערעכטיקײט פֿירט צום לעבן‪,‬‬
       ‫און דער װאָס יאָגט זיך נאָך בײז‪ ,‬יאָגט זיך נאָך ז ַײן טױט‪.‬‬

           ‫‪ 20‬אַן אומװערדיקײט ב ַײ גאָט ז ַײנען קרומהאַרציקע‪,‬‬
                    ‫און ז ַײן ָרצון‪ ,‬די װאָס זײער װעג איז ערלעך‪.‬‬

‫‪ 21‬נאַ דיר מ ַײן האַנט! דעם שלעכטן װעט ניט געשאָנקען װערן‪,‬‬
              ‫אָבער דער זאָמען פֿון די צדיקים װערט אַנטרונען‪.‬‬

                 ‫‪ 22‬אַ גילדערנער נאָזרינג אױפֿן נאָז פֿון אַ חזיר‪,‬‬
              ‫איז אַ פֿרױ װאָס איז שײן נאָר אָפּגעטאָן פֿון שׂכל‪.‬‬

                      ‫‪ 23‬דער באַגער פֿון די צדיקים איז ַרק גוט‪,‬‬
                         ‫די האָפֿענונג פֿון די ר ָשעים איז חוצפּה‪.‬‬

           ‫‪ 24‬פֿאַראַן דער װאָס צעטײלט‪ ,‬און עס קומט נאָך צו‪,‬‬
‫און דער װאָס קאַרגט מער װי מע דאַרף‪ ,‬בלױז צו פֿאַרמינערונג‪.‬‬

                               ‫‪ 25‬אַ פֿר ַײגעביקע זעל װערט פֿעט‪,‬‬
                   ‫און דער װאָס זעט אָן‪ ,‬װערט ער אױך געזעט‪.‬‬

     ‫‪ 26‬דער װאָס האַלט צוריק תּבֿואה‪ ,‬אים שילט דאָס פֿאָלק‪,‬‬
            ‫אָבער אַ ברכה אױפֿן קאָפּ פֿון דעם װאָס פֿאַרקױפֿט‪.‬‬
   17   18   19   20   21   22   23   24   25   26   27