Page 18 - Mishley
P. 18
משלי
לױטער ל ַײכטזיניקײט און װײס גאָרנישט.
14און זי זיצט ב ַײם א ַײנגאַנג פֿון איר הױז,
אױף אַ שטול אױף די הױכע ערטער פֿון שטאָט,
15צו רופֿן די פֿאַרב ַײגײער
װאָס גײען אױף זײערע גל ַײכע װעגן:
16װער עס איז אַ נאַר זאָל פֿאַרקערן אַהער;
און װוּ אײנער אָן שׂכל זאָגט זי צו אים:
17געגנבֿעט װאַסער איז זיס,
און פֿאַרבאָרגן ברױט איז געשמאַק.
18און ער װײס ניט אַז מתים ז ַײנען דאָרטן,
אין די טיפֿענישן פֿון אונטערערד ז ַײנען אירע געסט.
1די שפּריכװערטער פֿון שלמהן.י
אַ זון אַ חכם דערפֿרײט ז ַײן פֿאָטער,
און אַ זון אַ נאַר איז דער קומער פֿון ז ַײן מוטער.
2אומגערעכטע אוֹצרות נוצן ניט,
אָבער גערעכטיקײט איז מציל פֿון טױט.
3גאָט לאָזט ניט פֿאַרהונגערן דעם ל ַײב פֿון דעם צדיק,
און די געריקײט פֿון די ר ָשעים פֿאַרשטױסט ער.
4אָרים איז דער װאָס אַרבעט מיט אַן אָפּגעלאָזטער האַנט,
און די האַנט פֿון די פֿלײסיקע װערט ר ַײך.
5אַ קלוגער זון זאַמלט אום זומער,
אַ זון אַ טױגעניכטס שלאָפֿט אין שניטצ ַײט.
6ברכות אױפֿן קאָפּ איז דער צדיק;
און דאָס מױל פֿון די ר ָשעים פֿאַרשפּרײט אומרעכט.
7די דערמאָנונג פֿון צדיק איז אַ בענטשטונג,
און דער נאָמען פֿון די ר ָשעים װערט פֿאַרפֿױלט.