Page 16 - Mishley
P. 16

‫משלי‬

                                       ‫גרױס גוטס און הצלחה‪.‬‬
         ‫‪ 19‬מ ַײן פֿרוכט איז בעסער פֿון גאָלד און פֿון גינגאָלד‪,‬‬

                    ‫און מ ַײן א ַײנקום פֿון געקליבנסטן זילבער‪.‬‬
                ‫‪ 20‬אין דעם װעג פֿון רעכטפֿאַרטיקײט גײ איך‪,‬‬

                               ‫אין די שטעגן פֿון גערעכטיקײט;‬
                     ‫‪ 21‬צו מאַכן אַרבן מ ַײנע ליבהאָבער גוטס‪,‬‬
                     ‫און זײערע שאַצקאַמערן זאָל איך אָנפֿילן‪.‬‬

           ‫‪ 22‬גאָט האָט מיך באַשאַפֿן אין אָנהײב פֿון ז ַײן װעג‪,‬‬
                     ‫דאָס ערשטע פֿון ז ַײנע װערק לאַנג צוריק‪.‬‬
                          ‫‪ 23‬פֿון אײביק אָן בין איך געפֿורעמט‪,‬‬
                    ‫פֿון אָנהײב‪ ,‬פֿון אײדער די ערד איז געװען‪.‬‬
                      ‫‪ 24‬װען די תּהומען ז ַײנען נאָך ניט געװען‬
                                       ‫בין איך געבאָרן געװאָרן‪,‬‬
                                ‫װען ניט געװען נאָך קײן קװאַלן‬
                                          ‫מיט װאַסער באַלאָדן‪.‬‬

              ‫‪ 25‬אײדער די בערג ז ַײנען אַר ַײנגעזעצט געװאָרן‪,‬‬
                        ‫פֿאַר די הײכן‪ ,‬בין איך געבאָרן געװאָרן;‬

 ‫‪ 26‬װען ער האָט נאָך ניט געהאַט געמאַכט ערד און פֿעלדער‪,‬‬
                        ‫און די ערשטע שטױבן פֿון דער װעלט‪.‬‬

‫‪ 27‬װען ער האָט צוגעגרײט די הימלען‪ ,‬בין איך געװען דערב ַײ;‬
    ‫װען ער האָט געצײכנט אַ צירקל אױפֿן געזיכט פֿון תּ ָהום;‬
          ‫‪ 28‬װען ער האָט באַפֿעסטיקט די װאָלקנס פֿון אױבן‪,‬‬
              ‫װען ער האָט באַװעלטיקט די קװאַלן פֿון תּ ָהום‪,‬‬
               ‫‪ 29‬װען ער האָט געשטעלט דעם ים ז ַײן געזעץ‪,‬‬
                ‫אַז די װאַסערן זאָלן ניט אַריבערגײן ז ַײן ראַנד‪,‬‬
        ‫װען ער האָט באַשטימט די גרונטפֿעסטן פֿון דער ערד‪,‬‬
                             ‫‪ 30‬האָב איך זיך דערצױגן ב ַײ אים;‬
                      ‫און איך בין געװען אַ פֿרײד טאָגטעגלעך‪,‬‬
                        ‫זיך געשפּילט פֿאַר אים די גאַנצע צ ַײט;‬
                    ‫‪ 31‬זיך געשפּילט אױף ז ַײן ערדישער װעלט‪,‬‬
                 ‫און מ ַײן פֿרײד געהאַט ב ַײ די מענטשנקינדער‪.‬‬
                         ‫‪ 32‬און אַצונד‪ ,‬קינדער‪ ,‬הערט מיר צו‪,‬‬
                         ‫און װױל צו די װאָס היטן מ ַײנע װעגן‪.‬‬
                           ‫‪ 33‬הערט צו מוסר‪ ,‬און װערט קלוג‪,‬‬
                        ‫און איר זאָלט ניט פֿאַרװילדערט װערן‪.‬‬
   11   12   13   14   15   16   17   18   19   20   21