Page 12 - Mishley
P. 12
משלי
16זעקס ז ַײנען די װאָס גאָט האָט פֿ ַײנט,
און זיבן די אומװערדיקײט פֿון ז ַײן זעל:
17האָפֿערדיקע אױגן ,אַ ליגנערישע צונג,
און הענט װאָס פֿאַרגיסן אומשולדיק בלוט;
18אַ האַרץ װאָס טראַכט מחשבֿות פֿון אומרעכט;
פֿיס װאָס א ַײלן צו לױפֿן צום בײזן;
19אַ פֿאַלשער עדות װאָס אָטעמט מיט ליגנס,
און דער װאָס מאַכט אָן קריג צװישן ברידער.
20היט ,מ ַײן זון ,דאָס געבאָט פֿון ד ַײן פֿאָטער,
און זאָלסט ניט פֿאַרלאָזן די לער פֿון ד ַײן מוטער.
21בינד זײ אױף ד ַײן האַרצן תּמיד,
קניפּ זײ אױף ד ַײן האַלדז.
22אַז דו װעסט גײן ,װעט עס דיך פֿירן,
אַז דו װעסט זיך לײגן ,װעט עס דיך היטן,
און אַז דו װעסט זיך אױפֿכאַפּן ,װעט עס רעדן צו דיר.
23װאָרום דאָס געבאָט איז אַ ליכט ,און די לערנונג אַ ליכטיקײט,
און דער װעג פֿון לעבן ז ַײנען שטראָפֿרײד פֿון מוסר;
24דיך צו היטן פֿון דער שלעכטער װ ַײבספּאַרשױן,
פֿון דער גלאַטער צונג פֿון דער פֿרעמדער.
25זאָלסט ניט גלוסטן איר שײנקײט אין ד ַײן האַרצן,
און זאָל זי דיך ניט נעמען מיט אירע ברעמען.
26װאָרום איבער אַ זונה קומט מען ביז אַ לעבל ברױט,
און אַן ֵא ֶשת-איש פֿאַנגט די ט ַײערסטע זעל.
27קען אַ מענטש שאַרן קױלן אין ז ַײן בוזעם,
און ז ַײנע בגדים זאָלן זיך ניט אָנצינדן?
28צי קען אַ מענטש גײן אױף קױלן,
און ז ַײנע פֿיס זאָלן ניט אָנגעברענט װערן?
29אַזױ איז דער װאָס קומט צו ז ַײן חבֿרס װ ַײב,
קײנער װאָס רירט זי אָן ,קומט ניט אָפּ גלאַט.
30מע קען ניט פֿאַראַכטן דעם גנבֿ אַז ער גנבֿעט,
אָנצופֿילן ז ַײן ל ַײב װען ער איז הונגעריק.
31אָבער אַז ער װערט געפֿונען ,באַצאָלט ער זיבן מאָל אַזױ פֿיל;
דעם גאַנצן פֿאַרמעג פֿון ז ַײן הױז מוז ער אַװעקגעבן.
32דער װאָס איז מזנה מיט אַ פֿרױ ,איז אָן שׂכל,
זיך אַלײן ברענגט אום דער װאָס טוט דאָס.