Page 9 - Mishley
P. 9
משלי
װאָס װערט אַלץ ליכטיקער ביז אין רעכטן טאָג.
19דער װעג פֿון די ר ָשעים איז װי פֿינצטערניש,
זײ װײסן ניט אָן װאָס זײ װעלן געשטרױכלט װערן.
20מ ַײן זון ,פֿאַרנעם מ ַײנע רײד,
נ ַײג צו ד ַײן אױער צו מ ַײנע װערטער.
21זאָלן זײ זיך ניט אָפּטאָן פֿון ד ַײנע אױגן;
היט זײ אין ד ַײן האַרצן.
22װאָרום זײ ז ַײנען לעבן פֿאַר די װאָס געפֿינען זײ,
און אַ הײלונג פֿאַר זײער גאַנצן ל ַײב.
23מער פֿון יעטװעדער היטונג פּאַס אױף ד ַײן האַרץ,
װאָרום פֿון אים ז ַײנען די אַרױסגאַנגען פֿון לעבן.
24טו אָפּ פֿון דיר אַ קרום מױל,
און פֿאַרקערטע ליפּן דערװ ַײטער פֿון דיר.
25ד ַײנע אױגן זאָלן קוקן אַנטקעגן,
און ד ַײנע ברעמען זאָלן בליקן גל ַײך פֿאַר דיר.
26האַלט גל ַײך דעם שטעג פֿון ד ַײנע פֿיס,
און אַלע ד ַײנע װעגן זאָלן ז ַײן ריכטיק.
27זאָלסט זיך ניט נ ַײגן רעכטס אָדער לינקס,
טו אָפּ ד ַײן פֿוס פֿון שלעכטס.
1מ ַײן זון ,פֿאַרנעם מ ַײן חכמה,ה
נ ַײג ד ַײן אױער צו מ ַײן פֿאַרשטאַנדיקײט,
2כּדי זאָלסט אָפּהיטן געש ַײטקײט,
און ד ַײנע ליפּן זאָלן אױפֿפּאַסן קענשאַפֿט.
3װאָרום האָניקזאַפֿט טריפֿן די ליפּן פֿון דער פֿרעמדער,
און גלאַטער פֿון בױמל איז איר גומען.
4אָבער איר ָסוף איז ביטער װי װערמוט,
שאַרף װי אַ צװײשנ ַײדיקע שװערד.
5אירע פֿיס נידערן צום טױט,
אין אונטערערד שפּאַרן אָן אירע פֿיס.
6כּדי זי זאָל ניט גײן דעם גל ַײכן װעג פֿון לעבן,
װאָגלען אירע שטעגן ,זי װײס ניט װוּהין.
7און אַצונד ,קינדער ,הערט מיר צו,