Page 10 - Mishley
P. 10

‫משלי‬

       ‫און איר זאָלט ניט אָפּקערן פֿון די װערטער פֿון מ ַײן מױל‪.‬‬
                                  ‫‪ 8‬דערװ ַײטער פֿון איר ד ַײן װעג‪,‬‬

             ‫און זאָלסט ניט גענענען צום א ַײנגאַנג פֿון איר הױז‪,‬‬
               ‫‪ 9‬כּדי זאָלסט ניט געבן צו אַנדערע ד ַײן פֿרישקײט‪,‬‬
                                       ‫און ד ַײנע יאָרן צו אַן אַכזר;‬

            ‫‪ 10‬כּדי פֿרעמדע זאָלן זיך ניט זעטן מיט ד ַײן קראַפֿט‪,‬‬
      ‫און ד ַײן מי זאָל ניט אָנקומען אין הױז פֿון אַ װילדפֿרעמדן;‬

                              ‫‪ 11‬און װעסט ברומען אין ד ַײן ָסוף‪,‬‬
               ‫װען ד ַײן ל ַײב און ד ַײן פֿלײש װעט ז ַײן פֿאַרלענדט‪,‬‬
            ‫‪ 12‬און װעסט זאָגן‪ :‬װי האָב איך פֿ ַײנט געהאַט מוסר‪,‬‬

                           ‫און שטראָף האָט פֿאַראַכט מ ַײן האַרץ‪,‬‬
 ‫‪ 13‬און איך האָב ניט צוגעהערט דעם ָקול פֿון מ ַײנע װעגװ ַײזער‪,‬‬

                  ‫און צו מ ַײנע לערער ניט צוגענ ַײגט מ ַײן אױער!‬
                        ‫‪ 14‬איך בין שיר ניט געװאָרן אַל דאָס בײז‬
                                   ‫אין דער א ַײנזאַמלונג און עדה‪.‬‬

                                  ‫‪ 15‬טרינק װאַסער פֿון ד ַײן גרוב‪,‬‬
                                     ‫און לױפֿיקס פֿון ד ַײן ברונעם‪.‬‬

                   ‫‪16‬ד ַײנע קװאַלן װעלן זיך צעשפּרײטן דערױסן‪,‬‬
                                  ‫אין די גאַסן – די בעכן װאַסער‪.‬‬
                                    ‫‪ 17‬דיר אַלײן װעלן זײ געהערן‪,‬‬
                                     ‫און ניט צו פֿרעמדע מיט דיר‪.‬‬

                               ‫‪ 18‬זאָל ד ַײן קװאַל ז ַײן געבענטשט‪,‬‬
                        ‫און פֿרײ זיך מיט דער װ ַײב פֿון ד ַײן יוגנט‪.‬‬
                ‫‪ 19‬די ליבלעכע הינדין‪ ,‬און די ֵחנעװדיקע הירשין‪,‬‬
                      ‫אירע בריסט זאָלן דיך זעטן אין אַלע צ ַײטן‪,‬‬
          ‫און צו איר ליבשאַפֿט זאָלסטו ז ַײן איבערגעגעבן תּמיד‪.‬‬
‫‪ 20‬און נאָך װאָס‪ ,‬מ ַײן זון‪ ,‬זאָלסטו זיך אָפּגעבן מיט אַ פֿרעמדער‪,‬‬
                   ‫און אַרומנעמען דעם בוזעם פֿון אַן אַנדערער?‬
      ‫‪ 21‬װאָרום פֿאַר גאָטס אױגן ז ַײנען די װעגן פֿון אַ מענטשן‪,‬‬

                            ‫און אַלע ז ַײנע שטעגן לײגט ער אױס‪.‬‬
                     ‫‪ 22‬ז ַײנע אײגענע זינד באַצװינגען דעם ָרשע‪,‬‬
           ‫און אין די שטריק פֿון ז ַײן חטא װערט ער פֿאַרהאַלטן‪.‬‬

                                        ‫‪ 23‬ער שטאַרבט אָן מוסר;‬
      ‫און דורך ז ַײן גרױס נאַרישקײט װערט ער פֿאַרבלאָנדזשעט‪.‬‬
   5   6   7   8   9   10   11   12   13   14   15