Page 5 - Mishley
P. 5

‫משלי‬

                 ‫‪ 11‬קלוגשאַפֿט װעט אױפֿפּאַסן אױף דיר‪,‬‬
                      ‫פֿאַרשטאַנדיקײט װעט דיך באַהיטן;‬

              ‫‪ 12‬דיך מציל צו ז ַײן פֿון דעם שלעכטן װעג‪,‬‬
                   ‫פֿון די ל ַײט װאָס רעדן פֿאַרקערטקײט;‬

       ‫‪ 13‬װאָס פֿאַרלאָזן די שטעגן פֿון רעכטפֿאַרטיקײט‪,‬‬
                     ‫צו גײן אין די װעגן פֿון פֿינצטערניש;‬
                          ‫‪ 14‬װאָס פֿרײען זיך צו טאָן בײז‪,‬‬

                  ‫װאָס קװעלן פֿון בײזער פֿאַרקערטקײט;‬
                        ‫‪ 15‬װאָס זײערע װעגן ז ַײנען קרום‪,‬‬

              ‫און װאָס ז ַײנען פֿאַרדרײט אין זײערע גענג‪.‬‬
         ‫‪ 16‬כּדי דיך מציל צו ז ַײן פֿון דער פֿרעמדער פֿרױ‪,‬‬
  ‫פֿון דער אומבאַקענטער װאָס מאַכט גלאַט אירע רײד;‬

             ‫‪ 17‬װאָס פֿאַרלאָזט דעם האַר פֿון איר יוגנט‪,‬‬
           ‫און דעם בונד פֿון איר גאָט האָט זי פֿאַרגעסן;‬

                   ‫‪ 18‬װאָרום איר הױז נידערט צום טױט‪,‬‬
                            ‫און אירע שטעגן צו די מתים;‬

         ‫‪ 19‬אַלע װאָס קומען צו איר‪ ,‬קערן זיך ניט אום‪,‬‬
                     ‫און דערגרײכן ניט די װעגן פֿון לעבן‪.‬‬

            ‫‪ 20‬כּדי זאָלסט גײן אין דעם װעג פֿון די גוטע‪,‬‬
         ‫און די שטעגן פֿון די גערעכטע זאָלסטו אָפּהיטן‪.‬‬
‫‪ 21‬װאָרום די רעכטפֿאַרטיקע װעלן באַװױנען דאָס לאַנד‪,‬‬

                 ‫און די אומשולדיקע װעלן בל ַײבן דערין‪.‬‬
    ‫‪ 22‬אָבער די ר ָשעים װעלן פֿאַרשניטן װערן פֿון לאַנד‪,‬‬

       ‫און די פֿעלשער װעלן אַרױסגעריסן װערן פֿון איר‪.‬‬

  ‫‪ 1‬מ ַײן זון‪ ,‬זאָלסט ניט פֿאַרגעסן מ ַײן לערנונג‪,‬ג‬
              ‫און מ ַײנע געבאָט זאָל היטן ד ַײן האַרץ‪.‬‬
                ‫‪ 2‬װאָרום אַריכת‪-‬ימים און יאָרן פֿון לעבן‬
                           ‫און פֿריד װעלן זײ דיר צוגעבן‪.‬‬
               ‫‪ 3‬גענאָד און אמת זאָלן דיך ניט פֿאַרלאָזן‪,‬‬
                                ‫בינד זײ אַרום ד ַײן האַלדז‪,‬‬
                ‫שר ַײב זײ אָן אױפֿן טאָװל פֿון ד ַײן האַרצן‪,‬‬
                   ‫‪ 4‬און געפֿין ל ַײטזעליקײט און גוטן חן‬
                       ‫אין די אױגן פֿון גאָט און פֿון ל ַײט‪.‬‬
   1   2   3   4   5   6   7   8   9   10