Page 6 - Mishley
P. 6
משלי
5פֿאַרזיכער זיך אױף גאָט מיט ד ַײן גאַנצן האַרצן,
און אױף ד ַײן פֿאַרשטאַנדיקײט זאָלסטו זיך ניט אָנלענען.
6אין אַלע ד ַײנע װעגן טו אים קענען,
און ער װעט גל ַײך מאַכן ד ַײנע שטעגן.
7זאָלסט ניט ז ַײן אַ חכם אין ד ַײנע אױגן,
האָב מורא פֿאַר גאָט ,און קער זיך אָפּ פֿון בײז.
8דאָס װעט ז ַײן אַ הײלונג פֿאַר ד ַײן נאָפּל,
און אַ זאַפֿט פֿאַר ד ַײנע בײנער.
9גיב כּבֿוד צו גאָט פֿון ד ַײן גוטס,
און פֿונעם ערשטן פֿון אַל ד ַײן תּבֿואה,
10און ד ַײנע שפּ ַײכלערס װעלן פֿול ז ַײן מיט זעט,
און ד ַײנע קעלטערס װעלן פֿלײצן מיט װ ַײן.
11דעם מוסר פֿון גאָט זאָלסטו ,מ ַײן זון ,ניט פֿאַראַכטן,
און זאָלסט ניט פֿאַראומװערדיקן ז ַײן שטראָף.
12װאָרום דעם װאָס גאָט האָט ליב ,דעם שטראָפֿט ער,
און װי אַ פֿאָטער דעם זון װאָס ער האָט האָלט.
13װױל צו דעם מענטשן װאָס געפֿינט חכמה,
און דעם מענטשן װאָס קריגט פֿאַרשטאַנדיקײט.
14װאָרום איר סחורה איז בעסער װי סחורה פֿון זילבער,
און מער װי גינגאָלד איר א ַײנקום.
15זי איז ט ַײערער פֿון פּערל,
און אַלע ד ַײנע חפֿצים ז ַײנען ניט גל ַײך צו איר.
16אַריכת-ימים איז אין איר רעכטער האַנט,
אין איר לינקער עשירות און כּבֿוד.
17אירע װעגן ז ַײנען װעגן פֿון ליבלעכקײט,
און אַלע אירע שטעגן ז ַײנען שלום.
18אַ בױם פֿון לעבן איז זי פֿאַר די װאָס האַלטן זי פֿעסט,
און דער װאָס האַלט זיך אָן איר איז באַגליקט.
19גאָט האָט מיט חכמה געגרונטפֿעסט די ערד,
ער האָט אױפֿגעשטעלט די הימלען מיט פֿאַרשטאַנדיקײט.
20דורך ז ַײן װיסן האָבן זיך די תּהומען געשפּאָלטן,
און די הימלען טריפֿן טױ.