Page 8 - Mishley
P. 8
משלי
1הערט צו ,קינדער ,דעם מוסר פֿון אַ פֿאָטער,ד
און פֿאַרנעמט ,כּדי צו קענען פֿאַרשטאַנדיקײט.
2װאָרום אַ גוטע לער גיב איך א ַײך,
איר זאָלט מ ַײן תּורה ניט פֿאַרלאָזן.
3װאָרום איך בין אױך געװען אַ זון ב ַײ מ ַײן פֿאָטער,
אַ ציטעריקער און אַן אײנאײנציקער פֿאַר מ ַײן מוטער.
4און ער האָט מיך געלערנט ,און מיר געזאָגט:
זאָל ד ַײן האַרץ זיך האַלטן אָן מ ַײנע װערטער,
היט מ ַײנע געבאָט ,און לעב.
5קױף חכמה ,קױף פֿאַרשטאַנדיקײט;
זאָלסט ניט פֿאַרגעסן ,און זיך ניט אָפּנ ַײגן פֿון די װערטער פֿון מ ַײן מױל.
6זאָלסט זי ניט פֿאַרלאָזן ,און זי װעט דיך באַהיטן,
האָב זי ליב ,און זי װעט דיך אױפֿפּאַסן.
7דער אָנהײב פֿון חכמה איז :קױף חכמה,
יאָ ,מיט ד ַײן גאַנצן אײגנס קױף פֿאַרשטאַנדיקײט.
8האַלט זי הױך ,און זי װעט דיך דערהײבן;
זי װעט דיר אָנטאָן כּבֿוד ,אַז דו װעסט זי האַלדזן.
9זי װעט געבן ד ַײן קאָפּ אַ קראַנץ פֿון חן,
אַ קרױן פֿון שײנקײט װעט זי דיר דערלאַנגען.
10הער ,מ ַײן זון ,און פֿאַרנעם מ ַײנע װערטער,
און דיר װעלן געמערט װערן יאָרן פֿון לעבן.
11אין דעם װעג פֿון חכמה האָב איך דיך געלערנט,
דיך געפֿירט אין די שטעגן פֿון רעכטפֿאַרטיקײט.
12אַז דו װעסט גײן ,װעט ניט ענג ז ַײן ד ַײן טריט,
און אַז דו װעסט לױפֿן ,װעסטו ניט געשטרױכלט װערן.
13האַלט זיך אָן מוסר ,זאָלסט ניט אָפּלאָזן,
היט דאָס אָפּ ,װאָרום דאָס איז ד ַײן לעבן.
14אין שטעג פֿון די ר ָשעים זאָלסטו ניט קומען,
און ניט טרעטן אין װעג פֿון די שלעכטע.
15מ ַײד אים אױס ,זאָלסט אים ניט פֿאַרב ַײגײן,
װ ַײך פֿון אים ,און גײ אַװעק.
16װאָרום זײ קענען ניט שלאָפֿן װוּ זײ טוען ניט שלעכטס,
און זײער שלאָף איז גערױבט װוּ זײ מאַכן ניט שטרױכלען.
17װאָרום זײ שפּ ַײזן זיך מיט שפּ ַײז פֿון שלעכטס,
און װ ַײן פֿון רױב טרינקען זײ.
18אָבער דער שטעג פֿון די צדיקים איז װי דאָס ליכט פֿון באַגינען,