Page 4 - Mishley
P. 4

‫משלי‬

                     ‫װען עס קומט אױף א ַײך נױט און אַנגסט‪.‬‬
 ‫‪ 28‬דענצמאָל װעלן זײ מיך רופֿן‪ ,‬און איך װעל ניט ענטפֿערן‪,‬‬

                 ‫זײ װעלן מיך זוכן‪ ,‬און װעלן מיך ניט געפֿינען‪.‬‬
               ‫‪ 29‬דערפֿאַר װאָס זײ האָבן פֿ ַײנט געהאַט װיסן‪,‬‬

                     ‫און גאָטספֿאָרכטיקײט ניט אױסגעװײלט;‬
                            ‫‪ 30‬ניט א ַײנגעװיליקט צו מ ַײן עצה‪,‬‬
                                    ‫פֿאַראַכט מ ַײן גאַנצן מוסר‪.‬‬

         ‫‪ 31‬דרום װעלן זײ עסן פֿון דער פֿרוכט פֿון זײער װעג‪,‬‬
                               ‫און מיט זײערע עצות זיך זעטן‪.‬‬

   ‫‪ 32‬װאָרום די אָפּקערונג פֿון די פֿאַרנאַרטע װעט זײ הרגען‪,‬‬
          ‫און די שלװה פֿון די נאַרן װעט זײ אונטערברענגען‪.‬‬

‫‪ 33‬אָבער דער װאָס הערט מיר צו װעט װױנען אין זיכערקײט‪,‬‬
                           ‫און באַרוט ז ַײן פֿון שרעק פֿאַר בײז‪.‬‬

       ‫‪ 1‬מ ַײן זון‪ ,‬אַז דו װעסט אָננעמען מ ַײנע װערטער‪,‬‬

    ‫און מ ַײנע געבאָט װעסטו באַהאַלטן ב ַײ זיך‪,‬ב‬
                              ‫‪ 2‬צוצולײגן צו חכמה ד ַײן אױער‪,‬‬
                          ‫נ ַײגן ד ַײן האַרץ צו פֿאַרשטאַנדיקײט;‬
                           ‫‪ 3‬נאָר בלױז צום שׂכל װעסטו רופֿן‪,‬‬
                      ‫צו פֿאַרשטאַנדיקײט אױפֿהײבן ד ַײן ָקול;‬
                             ‫‪ 4‬אַז דו װעסט זי זוכן װי זילבער‪,‬‬
                                ‫און װי נאָך אוֹצרות זי פֿאָרשן;‬
              ‫‪ 5‬דענצמאָל װעסטו פֿאַרשטײן מורא פֿאַר יהוה‪,‬‬
                      ‫און דערקענונג פֿון גאָט װעסטו געפֿינען‪.‬‬
                                 ‫‪ 6‬װאָרום יהוה שענקט חכמה‪,‬‬
                  ‫פֿון ז ַײן מױל איז װיסן און פֿאַרשטאַנדיקײט‪.‬‬
                 ‫‪ 7‬ער באַהאַלט פֿאַר די רעכטפֿאַרטיקע הילף‪,‬‬
                  ‫אַ שילד פֿאַר די װאָס גײען מיט ערלעכקײט‪,‬‬
                   ‫‪ 8‬אױפֿצופּאַסן די שטעגן פֿון גערעכטיקײט‪,‬‬
                      ‫און די װעגן פֿון ז ַײנע פֿרומע באַהיט ער‪.‬‬
       ‫‪ 9‬דענצמאָל װעסטו פֿאַרשטײן גערעכטיקײט און רעכט‬

                             ‫און יושר – יעטװעדער גוטן װעג‪.‬‬
                ‫‪ 10‬װאָרום חכמה װעט קומען אין ד ַײן האַרצן‪,‬‬

                          ‫און װיסן װעט ז ַײן זיס פֿאַר ד ַײן זעל‪.‬‬
   1   2   3   4   5   6   7   8   9