Page 17 - Mishley
P. 17
משלי
34װױל צו דעם מענטשן װאָס הערט מיר צו,
צו װאַכן ב ַײ מ ַײנע טירן טאָגטעגלעך,
צו היטן די ב ַײשטידלען פֿון מ ַײנע א ַײנגאַנגען!
35װאָרום דער װאָס געפֿינט מיך ,געפֿינט לעבן,
און קריגט באַװיליקונג פֿון גאָט.
36און דער װאָס פֿאַרפֿעלט מיך ,באַרױבט זיך אַלײן,
אַלע װאָס האָבן מיך פֿ ַײנט האָבן ליב דעם טױט.
1חכמה האָט אױפֿגעבױט איר הױז,ט
אױסגעהאַקט אירע זיבן ז ַײלן.
2זי האָט געשאָכטן איר שעכטונג,
געמישט איר װ ַײן ,אױך געגרײט איר טיש.
3זי שיקט אירע מײדלעך ,זי רופֿט
אױף די הױכע ערטער פֿון שטאָט:
4װער עס איז אַ נאַר זאָל פֿאַרקערן אַהער;
װוּ אײנער אָן שׂכל זאָגט זי צו אים:
5קומט עסט פֿון מ ַײן ברױט,
און טרינקט פֿון דעם װ ַײן װאָס איך האָב געמישט.
6פֿאַרלאָזט נאַרישקײטן ,כּדי איר זאָלט לעבן,
און טרעט אין װעג פֿון פֿאַרשטאַנדיקײט– .
7דער װאָס מוסערט דעם שפּעטער נעמט זיך שאַנד,
און דער װאָס שטראָפֿט דעם ָרשע – טאַדל אױף זיך.
8זאָלסט ניט שטראָפֿן דעם שפּעטער ,װאָרום ער װעט דיך פֿ ַײנט
קריגן,
שטראָף דעם קלוגן ,און ער װעט דיך ליב קריגן.
9גיב דעם קלוגן ,און ער װעט נאָך קליגער װערן,
לערן דעם גערעכטן ,און ער װעט מערן לערנונג– .
10דער אָנהײב פֿון חכמה איז מורא פֿאַר גאָט,
און די דערקענונג פֿון דעם הײליקן איז פֿאַרשטאַנדיקײט.
11װאָרום דורך מיר װעלן געמערט װערן ד ַײנע טעג,
און יאָרן פֿון לעבן װעט מען דיר צולײגן.
12אױב דו ביסט קלוג ,ביסטו קלוג פֿאַר זיך,
און ביסטו אַ שפּעטער ,װעסטו אַלײן ל ַײדן.
13די װ ַײבספּאַרשױן נאַרישקײט ליאַרעמט;