Page 21 - Mishley
P. 21
משלי
1פֿאַלשע װאָגשאָלן ז ַײנען די אומװערדיקײט פֿון גאָט,
און אַ פֿול געװיכט איז ז ַײן ָרצון.יא
2קומט מוטװיליקײט ,קומט שאַנד,
אָבער ב ַײ די שטילע איז חכמה.
3די ערלעכקײט פֿון די רעכטפֿאַרטיקע װעט זײ פֿירן,
און די פֿאַרדרײטקײט פֿון די פֿעלשער װעט זײ פֿאַרװיסטן.
4פֿאַרמעג נוצט ניט אין טאָג פֿון צאָרן,
אָבער גערעכטיקײט איז מציל פֿון טױט.
5די גערעכטיקײט פֿון דעם ערלעכן װעט גל ַײך מאַכן ז ַײן װעג,
און דורך ז ַײן שלעכטיקײט װעט פֿאַלן דער שלעכטער.
6די גערעכטיקײט פֿון די רעכטפֿאַרטיקע איז זײ מציל,
און אין זײערע געריקײט װערן די פֿעלשער באַצװוּנגען.
7אַז אַ שלעכטער מענטש שטאַרבט ,גײט אונטער ז ַײן האָפֿענונג,
און דער אױסקוק פֿון די ַתּקיפֿים גײט אונטער.
8דער צדיק װערט אַרױסגעצױגן פֿון אַ צרה,
און דער ָרשע קומט אָן אױף ז ַײן אָרט.
9מיטן מױל װיל דער זינדיקער אומברענגען ז ַײן חבֿר,
אָבער דורך פֿאַרשטאַנדיקײט װערן די צדיקים דערלײזט.
10אַז די צדיקים איז גוט ,פֿרײט זיך די שטאָט,
און אַז די ר ָשעים גײען אונטער איז אַ געזאַנג.
11דורך דער ברכה פֿון די רעכטפֿאַרטיקע װערט אַ שטאָט דערהױבן,
און דורך דעם מױל פֿון די ר ָשעים װערט זי צעשערט.
12מבֿזה ז ַײן חבֿר ,איז דער װאָס אָן שׂכל,
אָבער אַ מענטש מיט פֿאַרשטאַנדיקײט פֿאַרשװ ַײגט.
13דער רכילות-טר ַײבער זאָגט אױס אַ ָסוד,
אָבער דער װאָס האָט אַ טר ַײ געמיט פֿאַרדעקט אַ זאַך.