Page 19 - Mishley
P. 19

‫משלי‬

                    ‫‪ 8‬דער קלוגהאַרציקער נעמט אָן באַפֿעלן‪,‬‬
                        ‫און דער ליפּננאַר װערט געשטרױכלט‪.‬‬

       ‫‪ 9‬דער װאָס גײט מיט ערלעכקײט גײט אין זיכערקײט‪,‬‬
      ‫און דער װאָס פֿאַרדרײט ז ַײנע װעגן װערט אָנגעלערנט‪.‬‬

            ‫‪ 10‬דער װאָס װינקט מיטן אױג שאַפֿט פֿאַרדראָס‪,‬‬
                        ‫און דער ליפּננאַר װערט געשטרױכלט‪.‬‬

          ‫‪ 11‬דאָס מױל פֿון דעם צדיק איז אַ קװאַל פֿון לעבן‪,‬‬
         ‫און דאָס מױל פֿון די ר ָשעים פֿאַרשפּרײט אומרעכט‪.‬‬

                                   ‫‪ 12‬שׂנאה װעקט אױף קריג‪,‬‬
              ‫און אױף אַלע פֿאַרברעכן פֿאַרדעקט ליבשאַפֿט‪.‬‬

  ‫‪ 13‬אױף די ליפּן פֿון דעם פֿאַרשטאַנדיקן געפֿינט זיך חכמה‪,‬‬
                ‫און אַ רוט פֿאַרן רוקן פֿון דעם װאָס אָן שׂכל‪.‬‬

                           ‫‪ 14‬חכמים באַהאַלטן די קענשאַפֿט‪,‬‬
           ‫אָבער דאָס מױל פֿון די נאַרן איז אַ נאָנטער בראָך‪.‬‬

‫‪ 15‬דער פֿאַרמעג פֿון דעם עושר איז ז ַײן באַפֿעסטיקע שטאָט‪,‬‬
               ‫דער בראָך פֿון די אָרימע ל ַײט איז זײער דלות‪.‬‬

                         ‫‪ 16‬דער לױן פֿון דעם צדיק איז לעבן‪,‬‬
                         ‫דער א ַײנקום פֿון דעם ָרשע איז זינד‪.‬‬

      ‫‪ 17‬אױפֿן װעג פֿון לעבן איז דער װאָס אַכט אױף מוסר‪,‬‬
       ‫און דער װאָס פֿאַרלאָזט שטראָפֿרײד פֿאַרבלאָנדזשעט‪.‬‬

            ‫‪ 18‬דער װאָס פֿאַרדעקט שׂנאה מיט פֿאַלשע ליפּן‪,‬‬
           ‫און דער װאָס פֿאַרשפּרײט רכילות‪ ,‬ער איז אַ נאַר‪.‬‬

         ‫‪ 19‬ב ַײ פֿיל װערטער קען ניט אױסגעמיטן װערן זינד‪,‬‬
              ‫און דער װאָס קאַרגט ז ַײנע ליפּן איז אַ קלוגער‪.‬‬

          ‫‪ 20‬געקליבנסטע זילבער איז די צונג פֿון דעם צדיק‪,‬‬
             ‫דער שׂכל פֿון די ר ָשעים איז װינציק װאָס װערט‪.‬‬
   14   15   16   17   18   19   20   21   22   23   24