Page 24 - Mishley
P. 24
משלי
8װעדליק ז ַײן שׂכל װערט אַ מענטש געלױבט,
און דער װאָס האָט אַ פֿאַרדרײט האַרץ ,װערט צו שפּאָט.
9בעסער דער װאָס איז גרינגגעשאַצט און האָט אַ קנעכט,
אײדער דער װאָס שטעלט זיך פֿאַר אַ ִנכבד ,און אים פֿעלט ברױט.
10דער גערעכטער קימערט זיך אום דעם לעבן פֿון ז ַײן בהמה,
און דאָס האַרץ פֿון די ר ָשעים איז אומדערבאַרימדיק.
11דער װאָס באַאַרבעט ז ַײן ערד ,האָט ברױט צו זאַט,
און דער װאָס יאָגט זיך נאָך פּוסטע זאַכן ,איז אָן שׂכל.
12דער ָרשע גלוסט דאָס געפֿאַנג פֿון די שלעכטע,
אָבער דער װאָרצל פֿון די צדיקים ברענגט א ַײן.
13אין אַ פֿאַרזע פֿון די ליפּן איז אַ שטרױכלונג פֿאַרן שלעכטן,
אָבער דער צדיק קומט אַרױס פֿון אַ צרה.
14פֿון דער פֿרוכט פֿון מענטשנס מױל װעט ער זיך זעטן מיט גוטס,
און די טוּונג פֿון אַ מענטשנס הענט װעט מען אים אומקערן.
15דער װעג פֿון דעם נאַרן איז גל ַײך אין ז ַײנע אױגן,
אָבער דער חכם הערט צו אַן עצה.
16דעם נאַרנס ערגערניש װערט באַקאַנט אין אײגענעם טאָג,
אָבער דער קלוגער פֿאַרדעקט די שאַנד.
17דער װאָס אָטעמט מיט אמת ,װעט דערװ ַײזן די ריכטיקײט,
אָבער דער פֿאַלשער עדות איז אַן אָפּנאַר.
18פֿאַראַן דער װאָס פּלאַפּלט װי שטעך פֿון אַ שװערד,
אָבער די צונג פֿון די קלוגע איז אַ הײלונג.
19די ליפּ פֿון אמת װעט באַשטײן אױף אײביק,
אָבער אױף אַ רגע איז די צונג פֿון ליגן.
20אָפּגענאַרט װערט דאָס האַרץ פֿון די װאָס טראַכטן בײז,
אָבער ב ַײ די װאָס באַראָטן פֿריד ,איז אַ פֿרײד.