Page 28 - Mishley
P. 28
משלי
5אַ באַגלױבטער עדות נאַרט ניט אָפּ,
און מיט אָפּנאַרענישן אָטעמט דער פֿאַלשער עדות.
6דער שפּעטער זוכט חכמה און ניטאָ,
און װיסן איז גרינג דעם פֿאַרשטאַנדיקן.
7גײ אַװעק פֿון אַ מענטשן אַ נאַר,
ס ַײדן װילסט ניט קענען פֿאַרשטאַנדיקע ליפּן.
8די חכמה פֿון דעם קלוגן איז אין באַטראַכטן ז ַײן װעג,
און די טיפּשות פֿון דעם נאַרן איז אין באַטרוג.
9ב ַײ די נאַרן איז זינד אַ פֿירשפּרעכער,
און צװישן די רעכטפֿאַרטיקע – גוטװיליקײט.
10דאָס האַרץ װײס איר אײגענע ביטערקײט,
און אין איר ִשׂמחה קען זיך אַ פֿרעמדער ניט מישן.
11דאָס הױז פֿון די ר ָשעים װערט פֿאַרטיליקט,
און דאָס געצעלט פֿון די רעכטפֿאַרטיקע בליט.
12פֿאַראַן אַ װעג װאָס איז גל ַײך ב ַײם מענטשן,
און ז ַײן ָסוף ז ַײנען װעגן פֿון טױט.
13אַפֿילו ב ַײם לאַכן טוט װײ דאָס האַרץ,
און דער ָסוף פֿון ִשׂמחה איז טרױער.
14פֿון ז ַײנע װעגן װעט געזעטיקט װערן דער פֿאַלשהאַרציקער,
און דער גוטער מענטש פֿון װאָס אין אים.
15אַ נאַר גלױבט אַלצדינג,
אָבער דער קלוגער באַטראַכט ז ַײן טריט.
16דער חכם ש ַײט זיך ,און קערט זיך אָפּ פֿון שלעכטס,
און דער נאַר נעמט זיך איבער ,און איז זיכער.
17אַ גיכער כּעסן באַגײט נאַרישקײט,
און אַ מענטש מיט בײזע געדאַנקען װערט פֿאַרהאַסט.