Page 32 - Mishley
P. 32
משלי
20אַ קלוגער זון דערפֿרײט דעם פֿאָטער,
און אַ נאַרישער מענטש איז מבֿזה ז ַײן מוטער.
21נאַרישקײט איז אַ פֿרײד ב ַײ דעם װאָס פֿעלט שׂכל,
אָבער אַ מענטש מיט פֿאַרשטאַנדיקײט גײט גל ַײך.
22אָן באַראָט װערן טראַכטונגען פֿאַרשטערט,
און דורך פֿיל יועצים קומען זײ צו שטאַנד.
23אַ מענטש האָט פֿרײד פֿון דעם ענטפֿער פֿון ז ַײן מױל,
און אַ װאָרט אין דער צ ַײט – װי גוט דאָס איז!
24דער װעג פֿון לעבן איז אַרױף צו פֿאַרן קלוגן,
כּדי זיך אָפּצוקערן פֿון דער אונטערערד אונטן.
25דאָס הױז פֿון די שטאָלצע ר ַײסט גאָט אױס,
און ער שטעלט אױף דעם גרענעץ פֿון דער אלמנה.
26אַן אומװערדיקײט ב ַײ גאָט ז ַײנען מחשבֿות פֿון בײז,
און רײן ב ַײ אים ז ַײנען װערטער פֿון ליבלעכקײט.
27ז ַײן הױז פֿאַראומגליקט דער װאָס איז ג ַײציק נאָך געװין,
און דער װאָס האָט פֿ ַײנט מ ָתּנות װעט לעבן.
28דאָס האַרץ פֿון דעם צדיק קלערט-נאָך צו ענטפֿערן,
און דאָס מױל פֿון ר ָשעים גאַװערט בײזענישן.
29װ ַײט איז גאָט פֿון ר ָשעים,
אָבער די תּפֿילה פֿון צדיקים הערט ער.
30אַ ליכט אין די אױגן איז דער װאָס דערפֿרײט דאָס האַרץ,
אַ גוטע בשׂורה מאַכט פֿעט דאָס געבײן.
31דאָס אױער װאָס הערט-צו דעם מוסר פֿון לעבן,
װעט צװישן די חכמים רוען.
32דער װאָס מ ַײדט אױס מוסר ,פֿאַראַכט ז ַײן זעל,
און דער װאָס הערט-צו שטראָף ,קריגט שׂכל.