Page 35 - Mishley
P. 35
משלי
24האָניקזאַפֿט ז ַײנען ליבלעכע רײד,
זיס פֿאַר דער זעל ,און אַ הײלונג פֿאַרן געבײן.
25פֿאַראַן אַ װעג װאָס איז גל ַײך ב ַײם מענטשן,
און ז ַײן ָסוף ז ַײנען װעגן פֿון טױט.
26דער הונגער פֿון אַרבעטער אַרבעט אין אים,
װאָרום ז ַײן מױל טר ַײבט אים אָן.
27דער נידערטרעכטיקער מענטש גראָבט אױס בײז,
און אױף ז ַײן ליפּ איז װי אַ בראַנדפֿ ַײער.
28דער מענטש פֿון פֿאַרקערטקײט מאַכט אָן קריג,
און דער אונטערהעצער צעשײדט גוטע פֿר ַײנט.
29דער מאַן פֿון אומרעכט רעדט אָן ז ַײן חבֿר,
און פֿירט אים אױפֿן ניט גוטן װעג.
30דער װאָס דריקט-צו די אױגן ,איז דאָס אױסצוקלערן
פֿאַרקערטקײט;
דער װאָס ב ַײסט די ליפּן ,װיל אױספֿירן שלעכטס.
31אַ שײנע קרױן איז אַ גראָער קאָפּ;
אױפֿן װעג פֿון גערעכטיקײט װערט זי געפֿונען.
32בעסער אַן א ַײנגעהאַלטענער אין צאָרן אײדער אַ ִגבור,
און דער װאָס געװעלטיקט איבער ז ַײן געמיט,
אײדער דער װאָס באַצװינגט אַ שטאָט.
33אין שױם װאַרפֿט מען דעם גורל,
אָבער פֿון גאָט איז ז ַײן יעטװעדער באַשײד.