Page 39 - Mishley
P. 39
משלי
10אַ שטאַרקער טורעם איז דער נאָמען פֿון גאָט,
צו אים לױפֿט דער צדיק און װערט באַשיצט.
11דער פֿאַרמעג פֿון דעם עושר איז ז ַײן באַפֿעסטיקטע שטאָט,
און װי אין אַ הױכער מױער איז ער אין ז ַײן א ַײנבילדעניש.
12פֿאַר אַ בראָך װערט האָפֿערדיק דעם מענטשנס האַרץ,
און פֿאַר כּבֿוד קומט עניװת.
13דער װאָס ענטפֿערט אַ זאַך אײדער ער האָט אױסגעהערט,
איז דאָס פֿון אים אַ נאַרישקײט און אַ שאַנד.
14אַ מענטשנס געמיט קען אױסהאַלטן ז ַײן קראַנקשאַפֿט,
אָבער אַ דערשלאָגן געמיט ,װער קען עס אַריבערטראָגן?
15דאָס האַרץ פֿון דעם פֿאַרשטאַנדיקן קױפֿט זיך א ַײן קענשאַפֿט,
און דאָס אױער פֿון די קלוגע זוכט קענשאַפֿט.
16אַ מענטשנס מתּנה מאַכט פֿאַר אים אַ װאַרע,
און זי ברענגט אים פֿאַר גרױסע ל ַײט.
17גערעכט איז דער ערשטער אין ז ַײן טענה,
אָבער ז ַײן חבֿר קומט און פֿאָרשט אים אױס.
18דער גורל מאַכט אױפֿהערן קריג,
און צװישן די שטר ַײטער צעשײדט ער.
19אַ געקריװדעטן ברודער איז שװערער צו געװינען װי אַ
באַפֿעסטיקטע שטאָט,
און קריג ז ַײנען װי ריגלען פֿון אַ פּאַלאַץ.
20פֿון דער פֿרוכט פֿון אַ מענטשנס מױל װעט זיך זעטן ז ַײן ל ַײב,
פֿון א ַײנקום פֿון ז ַײנע ליפּן װעט ער זיך זעטן.
21טױט און לעבן ז ַײנען אין דער מאַכט פֿון דער צונג,
און אירע גוטע פֿר ַײנט װעלן עסן איר פֿרוכט.