Page 41 - Mishley
P. 41
משלי
9אַ פֿאַלשן עדות װעט ניט געשאָנקען װערן,
און דער װאָס אָטעמט מיט ליגנס ,װעט אונטערגײן.
10תּענוג פּאַסט ניט פֿאַרן נאַרן,
ה ַײנט װי שױן פֿאַר אַ קנעכט צו געװעלטיקן איבער האַרן!
11דער שׂכל פֿון אַ מענטשן איז א ַײנצוהאַלטן ז ַײן צאָרן,
און אַ צירונג פֿאַר אים איז צו פֿאַרגעבן זינד.
12אַ ברום װי פֿון אַ יונגן לײב איז דעם מלכס צאָרן,
און װי טױ אױפֿן גראָז ז ַײן גוטװיליקײט.
13אַן אומגליק פֿאַר ז ַײן פֿאָטער איז אַ זון אַ נאַר;
און װי אַ נודנע טריפֿעניש ז ַײנען די קריג פֿון אַ װ ַײב.
14הױז און גוטס איז אַ ירושה פֿון עלטערן,
אָבער אַ געראָטענע װ ַײב איז פֿון גאָט.
15פֿױלקײט װאַרפֿט אָן אַ דרעמל,
און אַן אָפּגעלאָזטער נפֿש װעט הונגערן.
16דער װאָס היט דאָס געבאָט ,היט ז ַײן זעל,
דער װאָס פֿאַרװאָרלאָזט ז ַײנע װעגן ,װעט שטאַרבן.
17דער װאָס שענקט דעם אָרימאַן ,אַנטל ַײט גאָט,
און ז ַײן טובֿה װעט ער אים אומקערן.
18שטראָף ד ַײן זון ,װען עס איז נאָך דאָ אַ האָפֿענונג,
אָבער זאָלסט זיך ניט אָנלײגן אים אומצוברענגען.
19אַ גרױסער כּעסן מוז ל ַײדן די שטראָף,
װאָרום אַז דו װילסט אים אַװעקר ַײסן ,מאַכסטו נאָך ערגער.
20הער-צו אַן עצה ,און נעם אָן מוסר,
כּדי דו זאָלסט קלוג ז ַײן אין ד ַײן ָסוף.
21פֿיל מחשבֿות ז ַײנען אין מענטשנס האַרצן,
אָבער גאָטס באַראָט ,ער װעט באַשטײן.