Page 43 - Mishley
P. 43
משלי
5אַ טיפֿער װאַסער איז דער מײן אין אַ מענטשנס האַרץ,
אָבער אַ מענטש מיט פֿאַרשטאַנדיקײט שעפּט אים אַרױס.
6דאָס ָרובֿ מענטשן רופֿן אױס איטלעכער ז ַײן גינציקײט,
אָבער אַ געטר ַײען מענטשן װער קען געפֿינען?
7אין ז ַײן ערלעכקײט גײט דער צדיק;
אַז װױל צו ז ַײנע קינדער נאָך אים!
8דער מלך װאָס זיצט אױפֿן טראָן פֿון משפּט,
זיפּט דורך מיט ז ַײנע אױגן אַל דאָס בײז.
9װער קען זאָגן :איך האָב געל ַײטערט מ ַײן האַרץ,
איך בין רײן פֿון מ ַײנע זינד?
10צװײערלײ װאָגשטײנער ,צװײערלײ מאָסן,
זײ בײדע ז ַײנען אַן אומװערדיקײט ב ַײ גאָט.
11שױן אַ י ִינגל װערט דערקענט אָן ז ַײנע מעשׂים,
אױב רײן און אױב רעכטפֿאַרטיק איז ז ַײן טאָן.
12דאָס אױער װאָס הערט ,און דאָס אױג װאָס זעט,
זײ בײדע האָט גאָט געמאַכט.
13זאָלסט ניט ליב האָבן שלאָף ,כּדי זאָלסט ניט פֿאַראָרימט װערן,
האַלט ד ַײנע אױגן אָפֿן ,װעסטו האָבן ברױט צו זאַט.
„ 14שלעכט! שלעכט!” זאָגט דער קונה,
און גײט ער אַװעק ,דענצמאָל באַרימט ער זיך.
15פֿאַראַן גאָלד און פּערל אַ סך,
אָבער די ט ַײערסטע צירונג ז ַײנען ליפּן מיט קענשאַפֿט.
16נעם צו ז ַײן בגד ,אױב ער איז ָערבֿ געװען פֿאַר אַן אַנדערן,
און נעם ז ַײן משכּון פֿאַר דער פֿרעמדער.
17זיס איז דעם מענטשן ברױט פֿון פֿאַלשקײט,
אָבער דערנאָך װערט ז ַײן מױל פֿול מיט זשװיר.