Page 45 - Mishley
P. 45

‫משלי‬

   ‫‪ 1‬בעכן װאַסער איז דעם מלכס האַרץ אין גאָטס האַנט‪,‬‬

          ‫װוּהין נאָר ער װיל‪ ,‬נ ַײגט ער עס‪.‬כא‬

           ‫‪ 2‬יעטװעדער װעג פֿון מענטשן איז גל ַײך אין ז ַײנע אױגן‪,‬‬
                                     ‫אָבער גאָט פֿאָרשט די הערצער‪.‬‬

                                      ‫‪ 3‬טאָן גערעכטיקײט און רעכט‬
                          ‫איז בילכער ב ַײ גאָט װי אַ שלאַכטאָפּפֿער‪.‬‬

                           ‫‪ 4‬האָפֿערדיקע אױגן און אַ שטאָלץ האַרץ‬
                             ‫איז דער זינדיקער אַקער פֿון די ר ָשעים‪.‬‬

                      ‫‪ 5‬די געדאַנקען פֿון פֿלײסיקן פֿירן ַרק צו שפֿע‪,‬‬
            ‫און איטלעכער װאָס איז א ַײליק – ַרק צו פֿאַרמינערונג‪.‬‬

‫‪ 6‬אוֹצרות געמאַכט דורך אַ פֿאַלשער צונג ז ַײנען אַװעקגעבלאָזענער‬
                                                                 ‫הױך;‬

                                     ‫די װאָס זוכן זײ זוכן דעם טױט‪.‬‬

                       ‫‪ 7‬דער רױב פֿון די ר ָשעים שלעפּט זײ אַװעק‪,‬‬
                           ‫װ ַײל זײ װילן ניט טאָן קײן גערעכטיקײט‪.‬‬

                  ‫‪ 8‬פֿאַרקערט איז דעם מענטשנס װעג און פֿרעמד‪,‬‬
                      ‫אָבער דער רײנער‪ ,‬ז ַײן טאָן איז רעכטפֿאַרטיק‪.‬‬

                                ‫‪ 9‬בעסער װױנען אױף אַ װינקל דאַך‪,‬‬
                      ‫אײדער אין אײן הױז מיט אַ װ ַײב אַ קריגערין‪.‬‬

                                ‫‪ 10‬די זעל פֿון דעם ָרשע גלוסט בײז‪,‬‬
                  ‫ז ַײן חבֿר װערט ניט געל ַײטזעליקט אין ז ַײנע אױגן‪.‬‬

          ‫‪ 11‬אַז מע שטראָפֿט דעם שפּעטער‪ ,‬װערט דער נאַר קלוג;‬
                ‫און אַז מע לערנט דעם קלוגן‪ ,‬קריגט ער קענשאַפֿט‪.‬‬

                ‫‪ 12‬אַז דער צדיק האָט א ַײנזעעניש מיטן ָרשעס הױז‪,‬‬
                                  ‫פֿאַרפֿירט ער די ר ָשעים צום בײזן‪.‬‬
   40   41   42   43   44   45   46   47   48   49   50