Page 49 - Mishley
P. 49

‫משלי‬

        ‫‪ 21‬כּדי דיך צו מאַכן װיסן די ריכטיקע װערטער פֿון אמת‪,‬‬
‫כּדי זאָלסט ענטפֿערן אמתע װערטער די װאָס האָבן דיך געשיקט‪.‬‬

        ‫‪ 22‬זאָלסט ניט באַגזלען דעם שװאַכן‪ ,‬װ ַײל ער איז שװאַך‪,‬‬
                           ‫און ניט דריקן דעם אָרימאַן אין טױער‪.‬‬

                    ‫‪ 23‬װאָרום גאָט װעט זיך אָננעמען זײער קריג‪,‬‬
                               ‫און רױבן זײערע רױבער דאָס לעבן‪.‬‬

               ‫‪ 24‬זאָלסט זיך ניט חבֿרן מיט אַ צאָרנדיקן מענטשן‪,‬‬
                       ‫און מיט אַ כּעסן זאָלסטו ניט צונױפֿקומען;‬
                            ‫‪ 25‬טאָמער װעסטו לערנען ז ַײנע װעגן‪,‬‬

                   ‫און װעסט נעמען אַ שטרױכלונג פֿאַר ד ַײן זעל‪.‬‬

                     ‫‪ 26‬זאָלסט ניט ז ַײן פֿון די װאָס גיבן אַ האַנט‪,‬‬
                               ‫פֿון די װאָס ז ַײנען ָערבֿ פֿאַר חובֿות‪.‬‬

                            ‫‪ 27‬אַז דו װעסט ניט האָבן צו באַצאָלן‪,‬‬
      ‫נאָך װאָס זאָל מען צונעמען ד ַײן געלעגער פֿון אונטער דיר?‬

           ‫‪ 28‬זאָלסט ניט איבעררוקן דעם גרענעץ פֿון פֿאַרצ ַײטן‪,‬‬
                               ‫װאָס ד ַײנע עלטערן האָבן געמאַכט‪.‬‬

                      ‫‪ 29‬זעסטו אַ מענטשן פֿלינק אין ז ַײן אַרבעט‪,‬‬
                                       ‫װעט ער שטײן פֿאַר מלכים;‬

                                ‫ער װעט ניט שטײן פֿאַר נידעריקע‪.‬‬

             ‫‪ 1‬אַז דו זעצסט זיך עסן מיט אַ געװעלטיקער‪,‬‬

   ‫זאָלסטו גוט פֿאַרשטײן װעמען דו האָסט פֿאַר דיר;כג‬

        ‫‪ 2‬װאָרום דו שטעקסט זיך אַר ַײן אַ מעסער אין דער קעל‪,‬‬
                              ‫אױב דו ביסט אַ מענטש אַ פֿרעסער‪.‬‬

                            ‫‪ 3‬זאָלסט ניט גאַרן נאָך ז ַײנע מאכלים‪,‬‬
                                   ‫װאָרום דאָס איז פֿאַלשע שפּ ַײז‪.‬‬

                         ‫‪ 4‬זאָלסטו זיך ניט מאַטערן צו װערן ר ַײך;‬
                                    ‫פֿון זינען שלאָג עס דיר אַרױס‪.‬‬

       ‫‪ 5‬הײבסט אױף ד ַײנע אױגן דערױף‪ ,‬און שױן איז עס ניטאָ;‬
   44   45   46   47   48   49   50   51   52   53   54