Page 53 - Mishley
P. 53

‫משלי‬

   ‫‪ 12‬אַז דו װעסט זאָגן‪„ :‬מיר האָבן דאָך דערפֿון ניט געװוּסט” –‬
        ‫פֿאַר װאָר‪ ,‬דער פֿאָרשער פֿון די הערצער‪ ,‬ער װעט מערקן‪,‬‬
                       ‫און דער היטער פֿון ד ַײן זעל‪ ,‬ער װעט װיסן‪,‬‬
                   ‫און װעט אומקערן איטלעכן לױט ז ַײנע מעשׂים‪.‬‬

                          ‫‪ 13‬עס‪ ,‬מ ַײן זון‪ ,‬האָניק‪ ,‬װ ַײל עס איז גוט‪,‬‬
                     ‫און האָניקזאַפֿט װאָס איז זיס פֿאַר ד ַײן גומען;‬

                         ‫‪ 14‬אַזױ‪ ,‬ז ַײ װיסן‪ ,‬איז חכמה פֿאַר ד ַײן זעל‪,‬‬
                   ‫אַז דו האָסט זי געפֿונען װעט ז ַײן אַ גוטע לעצט‪,‬‬

                      ‫און ד ַײן האָפֿענונג װעט ניט פֿאַרשניטן װערן‪.‬‬

     ‫‪ 15‬זאָלסט ניט לױערן‪ָ ,‬רשע‪ ,‬אױף דער װױנונג פֿון דעם צדיק‪,‬‬
                             ‫זאָלסט ניט פֿאַרװיסטן ז ַײן הױעראָרט;‬

           ‫‪ 16‬װאָרום זיבן מאָל פֿאַלט דער צדיק‪ ,‬און שטײט אױף‪,‬‬
                   ‫און די ר ָשעים װערן געשטרױכלט אין אומגליק‪.‬‬

                   ‫‪ 17‬אַז ד ַײן שׂונא פֿאַלט‪ ,‬זאָלסטו זיך ניט פֿרײען‪,‬‬
     ‫און אַז ער װערט געשטרױכלט‪ ,‬זאָל ניט אָנקװעלן ד ַײן האַרץ;‬
‫‪ 18‬װאָרום גאָט װעט זען‪ ,‬און עס װעט שלעכט ז ַײן אין ז ַײנע אױגן‪,‬‬

                           ‫און ער װעט אָפּקערן פֿון אים ז ַײן צאָרן‪.‬‬

                 ‫‪ 19‬זאָלסט זיך ניט ערגערן װעגן די שלעכטסטוער‪,‬‬
                                   ‫זאָלסט ניט מקנא ז ַײן די ר ָשעים;‬

             ‫‪ 20‬װאָרום דער שלעכטער װעט ניט האָבן קײן לעצט‪,‬‬
                 ‫דאָס ליכט פֿון די ר ָשעים װעט אױסגעלאָשן װערן‪.‬‬

                  ‫‪ 21‬האָב מורא פֿאַר גאָט‪ ,‬מ ַײן זון‪ ,‬און פֿאַרן מלך‪,‬‬
                      ‫מיט איבעראַנדערשער זאָלסטו זיך ניט מישן;‬
                      ‫‪ 22‬װאָרום פּלוצלינג װעט קומען זײער בראָך‪,‬‬
                         ‫און װער װײס דאָס אומגליק פֿון זײ בײדן?‬

                           ‫‪ 23‬אױך די דאָזיקע ז ַײנען פֿון די חכמים‪.‬‬

           ‫פֿון שאַנעװען אין אַ משפּט קומט ניט אַרױס קײן גוטס‪.‬‬

            ‫‪ 24‬דער װאָס זאָגט צום שולדיקן‪„ :‬דו ביסט גערעכט”‪,‬‬
                           ‫שילטן אים פֿעלקער‪ ,‬פֿלוכן אים אומות‪.‬‬
   48   49   50   51   52   53   54   55   56   57   58