Page 54 - Mishley
P. 54

‫משלי‬

                  ‫‪ 25‬אָבער די װאָס משפּטן ריכטיק‪ ,‬זײ איז װױל‪,‬‬
                             ‫און אױף זײ קומט אַ ברכה פֿון גוטס‪.‬‬
                                        ‫‪ 26‬די ליפּן דאַרף מען קושן‬
                            ‫דעם װאָס ענטפֿערט די ריכטיקע רײד‪.‬‬

                                ‫‪ 27‬פֿאַרריכט דערױסן ד ַײן אַרבעט‪,‬‬
                                 ‫און גרײט עס דיר צו אױפֿן פֿעלד‪,‬‬
                                  ‫דערנאָך זאָלסטו בױען ד ַײן הױז‪.‬‬

    ‫‪ 28‬זאָלסט ניט ז ַײן אַן עדות אַקעגן ד ַײן חבֿר אָן אַ פֿאַר װאָס‪,‬‬
                                          ‫און נאַרן מיט ד ַײנע ליפּן‪.‬‬

‫‪ 29‬זאָלסט ניט זאָגן‪„ :‬װי ער האָט מיר געטאָן‪ ,‬אַזױ װעל איך אים‬
                                                               ‫טאָן;‬

                 ‫איך װעל דעם מענטשן אומקערן לױט ז ַײן טאָן”‪.‬‬

    ‫‪ 30‬פֿאַרב ַײ אַ פֿעלד פֿון אַ פֿױלן מאַן בין איך פֿאַרב ַײגעגאַנגען‪,‬‬
                ‫און פֿאַרב ַײ אַ װ ַײנגאָרטן פֿון אַ מענטשן אָן שׂכל;‬

    ‫‪ 31‬ערשט עס איז אין גאַנצן געװען פֿאַרװאַקסן מיט דערנער‪,‬‬
     ‫ז ַײן אױבערפֿלעך איז געװען באַדעקט מיט װילדע געװעקסן‪,‬‬

                 ‫און ז ַײן שטײנערנע צאַם איז געװען א ַײנגעפֿאַלן‪.‬‬
         ‫‪ 32‬איך האָב געקוקט‪ ,‬און מיר אַר ַײנגענומען אין האַרצן‪,‬‬

                            ‫איך האָב געזען‪ ,‬און גענומען אַ מוסר‪.‬‬
                  ‫‪„ 33‬נאָך אַ ביסל שלאָף‪ ,‬נאָך אַ ביסל דרעמלען‪,‬‬

                       ‫נאָך אַ ביסל ליגן מיט פֿאַרלײגטע הענט” –‬
                  ‫‪ 34‬און קומען װי אַ גײ‪-‬חיל װעט ד ַײן אָרימקײט‪,‬‬

                           ‫און ד ַײן נױט װי אַ געפּאַנצערטער מאַן‪.‬‬

    ‫‪ 1‬אױך די דאָזיקע ז ַײנען שפּריכװערטער פֿון שלמהן‪,‬‬

  ‫װאָס די ל ַײט פֿון ִחז ִקָיה דעם מלך פֿון יהוּדה האָבןכה‬
                                                    ‫איבערגעשריבן‪.‬‬

                       ‫‪ 2‬דער כּבֿוד פֿון גאָט איז פֿאַרבאָרגן אַ זאַך‪,‬‬
                 ‫און דער כּבֿוד פֿון מלכים איז אױספֿאָרשן אַ זאַך‪.‬‬
   49   50   51   52   53   54   55   56   57   58   59